אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:וואיעוואדעשאפט"
קפיצה לניווט
קפיצה לחיפוש
(←רשימה פון וואיעוואדעשאפטן: שטח פון אלע וואיעוואדעשאפטן) |
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע) |
רעוויזיע פון 10:39, 22 נאוועמבער 2022
א וואיעוואדעשאַפֿט (פּויליש: województwo) איז דער העכסטער־ראנג פארוואלטונג באצירק, אדער א פראווינץ, פון פוילן. די היינטיקע 16 וואיעוואדעשאפטן פון פוילן זענען פעסטגעשטעלט געווארן דעם 1טן יאנואר 1999 און האבן די נעמען פון די היסטארישע פראווינצן פון פוילן. די גרעסטע וואיעוואדעשאפט איז מאזאוויע מיט א שטח פון 35,000 קוואדראט ק"מ און א באפעלקערונג איבער 5 מיליאן. די וואיעוואדעשאפט מיטן קלענסטן שטח איז אפאלע מיט 10,000 קוואדראט ק"מ, און די קלענסטע באפעלקערונג (1 מיליאן) געפינט זיך אין לובוש.
א וואיעוואדעשאפט ווערט געפירט דורך א גובערנאטאר (דער "וואיוואד"), א געוויילטע פארזאמלונג (דער "סיימיק") און אן עקסעקוטיוו. א וואיעוואדעשאפט ווערט צעטיילט אין גראפנשאפטן ("פאוויאט").
רשימה פון וואיעוואדעשאפטן
וואיעוואדעשאפט (פראווינץ) | הויפטשטאט (אדער שטעט) | שטח (ק"מ) | |
---|---|---|---|
פויליש | |||
גרויספוילן | Wielkopolskie | פויזן | 29,826 |
קואיאוויע-פאמעראניע | Kujawsko-Pomorskie | בידגאש / טארון | 17,972 |
קליינפוילן | Małopolskie | קראקע | 15,183 |
לאדזש | Łódzkie | לאדזש | 18,219 |
אונטערשלעזיע | Dolnośląskie | ווראצלאוו | 19,947 |
לובלין | Lubelskie | לובלין | 25,122 |
לובוש | Lubuskie | Gorzów Wielkopolski / Zielona Góra | 13,988 |
מאזאוויע | Mazowieckie | ווארשע | 35,558 |
אפאלע | Opolskie | אפאלע | 9,412 |
פאדלאכיע | Podlaskie | ביאליסטאק | 20,187 |
פאמעראניע | Pomorskie | דאנציג | 18,310 |
שלעזיע | Śląskie | קאטאוויץ | 12,333 |
אונטער-קארפאטיע | Podkarpackie | ריישע | 17,846 |
שווענטאקזשיסקיע | Świętokrzyskie | קעלץ | 11,711 |
ווארמיע-מאזוריע | Warmińsko-Mazurskie | אלשטין | 24,173 |
מערב פאמעראניע | Zachodniopomorskie | שטעטין | 22,892 |