אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:שמעון הצדיק"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (הוספת קישור בינוויקי he:שמעון הצדיק)
ק (החלפת טקסט – "ריע:כהנים גדולים" ב־"ריע:כהנים גדולים|װ")
שורה 34: שורה 34:
{{תנאים}}
{{תנאים}}


[[קאַטעגאָריע:כהנים גדולים]]
[[קאַטעגאָריע:כהנים גדולים]]
[[קאַטעגאָריע:תקופת בית שני]]
[[קאַטעגאָריע:תקופת בית שני]]
[[קאַטעגאָריע:תנאים]]
[[קאַטעגאָריע:תנאים]]

רעוויזיע פון 09:40, 30 יולי 2023

טעקע:ShimonHazadikGrave.jpg
מערת שמעון הצדיק

שמעון הצדיק איז געווען דער לעצטער פון די אנשי כנסת הגדולה, און דער ערשטער תנא וואס זיין נאמען ווערט דערמאנט אין דער משנה, ער איז געווען א כהן גדול אין די צייטן פון צווייטן בית המקדש, זיין נאמען ווערט דערמאנט דריי מאל אין משניות. ער איז געווען דער רבי פון אנטיגנוס איש סוכו, אין אָנהויב פון דער תקופה פון זוגות.

אפשטאם

שמעון הצדיק איז געווען דער אכטער דור פון יהושע בן יהוצדק, און אלע זענען געווען כהנים גדולים.[1] שמעון הצדיק איז געווען א זון פון חוניו (דער ערשטער), א זון פון ידוע, א זון פון יונתן, א זון פון יוידע, א זון פון אלישיב, א זון פון יויקים, א זון פון יהושע, א זון פון יהוצדק[2] (א ברודער פון עזרא הסופר).

וְיֵשׁוּעַ הוֹלִיד אֶת יוֹיָקִים, וְיוֹיָקִים הוֹלִיד אֶת אֶלְיָשִׁיב, וְאֶלְיָשִׁיב אֶת יוֹיָדָע. וְיוֹיָדָע הוֹלִיד אֶת יוֹנָתָן, וְיוֹנָתָן הוֹלִיד אֶת יַדּוּעַ. נחמיה יב, י-יא


איבער אים און זיין תורה

אין דער צייט פון שמעון הצדיק איז אלעקסאנדער מוקדון געקומען קיין ארץ ישראל ווען ער האט געזעהן שמעון הצדיק איז ער אראפ פון זיין ראטוואגן און זיך געבוקט פאר אים, און ער האט געזאגט דער דאזיגער געשטאלט טוט פאר אים זיגן זיינע קאמפן.[3]

שמעון הצדיק האט געדינט פערציג יאר אלס כהן גדול.[4]

חז"ל האבן עדות געזאגט אויף די שינויים וואס זענען פארגעקומען אין בית המקדש נאכן פטירה פון שמעון הצדיק, וואס לערנען צוריק אויף זיין גדלות[5]:

"די פערציג יאָר וואס שמעון הצדיק האט געדינט –
  • איז די גורל (פון גא-ט'ס נאמען, אין די לאטעריע פאר די צוויי שעירים אין יום כיפור) ארויף אויף רעכטס. פון דא אן — אמאל גייט עס ארויף אויף רעכטס, אמאל גייט עס ארויף אויף לינקס.
  • והיה לשון של זהורית מלבין (סרט אדום שנקשר על פתח האולם ביום הכיפורים, וכשהיה מלבין היה זה סימן למחילת העוונות). מכאן ואילך - פעמים מלבין, פעמים אינו מלבין.
  • והיה נר מערבי (פון די מנורה, נאך די ליכט האבן זיך אויסגעלאשן) דולק. מכאן ואילך - פעמים דולק, פעמים כבה.
  • והיה אש של מערכה מתגבר, ולא היו כהנים צריכין להביא עצים למערכה חוץ משני גזירי עצים, כדי לקיים מצוות עצים. מכאן ואילך - פעמים מתגבר, פעמים אין מתגבר, ולא היו כהנים נמנעין מלהביא עצים למערכה כל היום כולו.
  • ונשתלחה ברכה בעומר ובשתי הלחם ובלחם הפנים, וכל כהן שמגיעו כזית - יש אוכלו ושׂבע, ויש אוכלו ומותיר. מכאן ואילך - נשתלחה מארה בעומר ובשתי הלחם ובלחם הפנים, וכל כהן מגיעו כפוֹל."

אין ירושלמי[6] איז צוגעלייגט:

  • "כל ימים שהיה שמעון הצדיק קיים לא היה (השעיר המשתלח לעזאזל) מגיע למחצית ההר עד שנעשה איברין איברין. משמת שמעון הצדיק - היה בורח למדבר והסרקין אוכלין אותו."

שמעון הצדיק האט געהאט צוויי זין, שמעי און חוניו, פאר שמעון הצדיק איז נפטר געווארן האט ער באפויעלן, זיין זון חוניו זאל דינן אלס כהן גדול נאך אים, דער ברודער שמעי וועלכער איז געווען עלטער מיט צוויי און א האלב יאר האט אים מקנא געווען, און האט אים אפגענארט ער זאל אנטוהן די נישט פאסיגע קליידער ביי די עבודה, די כהנים האבן אים געוואלט דערפאר געבען טויט שטראף און ער איז אנטלאפן קיין מצרים און דארט געבויט א מזבח.[7]

אין משניות

  • מסכת אבות פרק א' משנה ב', שמעון הצדיק היה משירי כנסת הגדולה, הוא היה אומר, על שלשה דברים העולם עומד, על התורה, ועל העבודה, ועל גמילות חסדים
  • מסכת אבות פרק א' משנה ג', אנטיגנוס איש סוכו קבל משמעון הצדיק, הוא היה אומר וכו'
  • מסכת פרה פרק ג' משנה ה', וחכמים אומרים, שבע מעזרא ואילך, ומי עשאן שמעון הצדיק ויוחנן כהן גדול עשו שתים שתים, אליהועיני בן הקוף, וחנמאל המצרי, וישמעאל בן פיאבי עשו אחת אחת


רעפרענצען

  1. נחמיה י"ב י' - רש"י
  2. סדר הדורות ג' אלפים תמ"ח בשם יוחסין
  3. יומא ס"ט ע"א
  4. יומא ט' ע"א
  5. תוספתא סוטה יג, ז; בבלי יומא, לט, א; ירושלמי יומא, ו, ג.
  6. יומא ו, ג
  7. מנחות ק"ט ע"ב


דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!