אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "ברוך שאמר"

2,161 בייטן צוגעלייגט ,  פֿאַר 2 יאָר
←‏הלכות און מנהגים: המשך עבודה - פרובירן נאכמאכן דעם העברעאישן המכלול
(המשך עבודה - פרובירן נאכמאכן דעם העברעאישן המכלול)
(←‏הלכות און מנהגים: המשך עבודה - פרובירן נאכמאכן דעם העברעאישן המכלול)
שורה 16: שורה 16:

==הלכות און מנהגים==
==הלכות און מנהגים==
דער [[רבי אברהם זכות|ספר היוחסין]] שרייבט אז אינ'ם ערשטן שבת ווען מען האט ממנה געווען א [[ראש הגולה]] אין [[בבל]] האט דער חזן געזינגן "ברוך שאמר והיה העולם", און די בחורים האבן געענטפערט "ברוך הוא"; דער חזן האט געזאגט "ברוך עושה בראשית" און די בחורים האבן געענטפערט "ברוך הוא", און אזוי אויף יעדע שטיקל וואס פאנגט זיך אהן "ברוך" האט מען געענטפערט "ברוך הוא". דער ספר [[שבט יהודה]] ברענגט צו דעם סדר פון זאגן "ברוך שאמר" אויף אן אנדערן אופן: דער חזן האט אנגעהויבן "ברוך שאמר", און די ראשי הישיבות האבן געענטפערט "ברוך אומר ועושה", דערנאך האט דער חזן געזאגט "ברוך גוזר ומקיים", און זיי האבן געענטפערט "ברוך עושה בראשית" וכו'. ר' [[זעליגמאן בער]]{{הערה|עבודת ישראל [https://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?req=42897&st=&pgnum=82 זייט 58]. זעהט אויך [[כלבו (ספר)|כלבו]] סי' ד'.}} שרייבט אז דער סדר איז נאר געווען ווען מען האט עס געזינגען לכבוד דער ריש גלותא. אבער ביים דאווענען האט מען עס נישט געזינגען ווי א פזמון, נאר יעדער האט געזאגט דער גאנצער נוסח, אויך די ווערטער "ברוך הוא", וועלכע זענען א חלק פונ'ם גוף הברכה.
דער רי"ף{{הערה|שם=ריף}} שרייבט אז מ'טאר נישט אויסרעדן פון אנהויב "ברוך שאמר" ביז נאך "[[שמונה עשרה]]"{{הערה|פונ'ם רבי'ן [[רבי אלימלך פון ליזשענסק]] ווערט געברענגט אז וויבאלד לויט [[מנהג אשכנז]] זאגט מען "הודו" נאך "ברוך שאמר", דעריבער האט ער מקפיד געווען נישט אויסרעדן פון "הודו" (טראצדעם וואס ער האט זיך געפירט ווי [[מנהג ספרד]] און ער האט נאך למעשה געהאלטן בעפאר "ברוך שאמר"). איינמאל האט דער [[חוזה פון לובלין]] געזעהן ווי זיין רבי, רבי אלימלך, איז זייער טרויעריג, און זיין רבי האט אים ערקלערט אז דאס איז צוליב דעם וואס וועגן [[פיקוח נפש]] (כדי צו מתפלל זיין פאר א [[מקשה לילד]]) האט ער געמוזט אויסרעדן נאכדעם וואס ער האט שוין אנגעהויבן "הודו" (כאטש ער האט נאך געהאלטן בעפאר "ברוך שאמר"), און צוליב דעם איז ער אזוי בצער, און הלוואי וועט מען מקבל זיין זיין [[תשובה]] (נפתלי אלימלך ווייס, ילקוט עובדות וסיפורים (ברוקלין, ה'תש"ס), זייט נ-נא, אין נאמען פון אהל אלימלך אות רצד).}}.

שורה 21: שורה 23:

מען פירט זיך עס צו זאגן שטייענדיג{{הערה|[[רמ"א]] סי' נ"א סעיף ז'.}} און מען זאל אנכאפן די צוויי פאדערשטע [[ציצית]]{{הערה|[[מגן אברהם]] סי' נ"א ס"ק א' אין נאמען פון "כוונות" פונ'ם [[אריז"ל]].}}. ווען מען ענדיגט "ברוך שאמר" גיבט מען א קיש די ציצית{{הערה|סידור "עבודת השם" אין נאמען פון אור צדיקים עמוד התפלה סי' טז ס"ג.}}.

אין די [[יעקע|יעקישע]] קהילות איז דער מנהג אז דער חזן זאגן דעם גאנצן תפלה פון "ברוך שאמר" הויך{{הערה|[http://www.moreshesashkenaz.org/mm/publications/Madrich.pdf מדריך למנהג אשכנז המובהק], בני ברק תשע"ד, זייט 23.}}, נישט ווי דעם גאנצן דאווענען וואס ער זאגט הויך נאר די אנפאנג און סוף.

אויב מען האט געענדיגט "ברוך שאמר" בעפאר דער [[שליח ציבור]] האט געענדיגט, ענטפערט מען [[אמן]] נאך דער ברכה פונ'ם שליח ציבור{{הערה|טור סי' נ"א; [[שולחן ערוך]] סי' נ"א סעיף ה'.}}.