אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אחיעזר בן עמישדי"
ק (החלפת טקסט – "|-|" ב־"|") |
ק (החלפת טקסט – "|קצר=כן" ב־"") |
||
שורה 6: | שורה 6: | ||
| קינדער = | | קינדער = | ||
| תקופה = יציאת מצרים, דור המדבר | | תקופה = יציאת מצרים, דור המדבר | ||
| בתנ"ך = {{תנ"ך|במדבר|א|יב | | בתנ"ך = {{תנ"ך|במדבר|א|יב}}; {{תנ"ך|במדבר|ב|כה|ללא=ספר}}; {{תנ"ך|במדבר|ז|סו|ללא=ספר}}; {{תנ"ך|במדבר|י|כה|ללא=ספר}} | ||
}} | }} | ||
'''אֲחִיעֶזֶר בֶּן עַמִּישַׁדָּי''' איז געווען דער [[נשיא]] פון [[שבט דן]], אין די צייט פון נאך [[יציאת מצרים]]. | '''אֲחִיעֶזֶר בֶּן עַמִּישַׁדָּי''' איז געווען דער [[נשיא]] פון [[שבט דן]], אין די צייט פון נאך [[יציאת מצרים]]. | ||
== לעבן און שאפן == | == לעבן און שאפן == | ||
ווי די אנדערע נשיאים, האט השי"ת באשטימט אחיעזר בן עמישדי צו ציילן זיין שבט ביים צווייטן ציילונג פון אידן אין מדבר. זיי ווערן דארט געשילדערט ווי {{ציטוטון|קְרוּאֵי הָעֵדָה, נְשִׂיאֵי מַטּוֹת אֲבוֹתָם, רָאשֵׁי אַלְפֵי יִשְׂרָאֵל{{הערה|{{תנ"ך|במדבר|א|טז}}}}}}. זיי זענען אלע געווען הויפטן אין [[סנהדרין]]{{הערה|{{תנ"ך|במדבר|א|טז | ווי די אנדערע נשיאים, האט השי"ת באשטימט אחיעזר בן עמישדי צו ציילן זיין שבט ביים צווייטן ציילונג פון אידן אין מדבר. זיי ווערן דארט געשילדערט ווי {{ציטוטון|קְרוּאֵי הָעֵדָה, נְשִׂיאֵי מַטּוֹת אֲבוֹתָם, רָאשֵׁי אַלְפֵי יִשְׂרָאֵל{{הערה|{{תנ"ך|במדבר|א|טז}}}}}}. זיי זענען אלע געווען הויפטן אין [[סנהדרין]]{{הערה|{{תנ"ך|במדבר|א|טז|מפרש=מלבי"ם}}}}, וועלכע זענען גערופן געווארן צו יעדע חשוב'ע זאך ביי אידן{{הערה|{{תנ"ך|במדבר|א|טז|מפרש=רש"י}}}}. | ||
לויט חז"ל זענען די נשיאים געווען די שוטרים וואס די מצריים האבן געשטעלט איבער אידן אין [[מצרים]], וואס זיי זענען געשלאגן געווארן ווען אידן האבן נישט ערפילט זייער קוואטע{{הערה|ספרי במדבר פיסקא מה, געברענגט אויך אין {{תנ"ך|במדבר|ז|ב|מפרש=רש"י}}}}. טייל לערנען אז זיי זענען שוין געווען נשיאים איבער די עלטערן פונעם דור המדבר, נאך זייענדיג אין מצרים{{הערה|{{היברובוקס|[[רבי יהונתן אייבשיץ]]|תפארת יהונתן|21286|יאזעפאף תרל"ג|עמוד=188}}}}. | לויט חז"ל זענען די נשיאים געווען די שוטרים וואס די מצריים האבן געשטעלט איבער אידן אין [[מצרים]], וואס זיי זענען געשלאגן געווארן ווען אידן האבן נישט ערפילט זייער קוואטע{{הערה|ספרי במדבר פיסקא מה, געברענגט אויך אין {{תנ"ך|במדבר|ז|ב|מפרש=רש"י}}}}. טייל לערנען אז זיי זענען שוין געווען נשיאים איבער די עלטערן פונעם דור המדבר, נאך זייענדיג אין מצרים{{הערה|{{היברובוקס|[[רבי יהונתן אייבשיץ]]|תפארת יהונתן|21286|יאזעפאף תרל"ג|עמוד=188}}}}. | ||
שורה 25: | שורה 25: | ||
== זיין נאמען == | == זיין נאמען == | ||
אין מדרש ווערט ערקלערט אז זיין נאמען איז מרמז צום שייכות וואס דן געהאט מיט יהודה:{{ציטוט|לפי שדן אביו נעשה '''אח''' ליהודה במלאכת המשכן, שנאמר ראו קרא ה' בשם בצלאל ואתו אהליאב בן אחיסמך למטה דן ({{תנ"ך|שמות|ל | אין מדרש ווערט ערקלערט אז זיין נאמען איז מרמז צום שייכות וואס דן געהאט מיט יהודה:{{ציטוט|לפי שדן אביו נעשה '''אח''' ליהודה במלאכת המשכן, שנאמר ראו קרא ה' בשם בצלאל ואתו אהליאב בן אחיסמך למטה דן ({{תנ"ך|שמות|ל}}), ואין '''עזר''' אלא יהודה שנאמר ועזר מצריו תהיה ({{תנ"ך|דברים|לג|ז}}), וכן יעקב אמר דן ידין עמו כאחד שבטי ישראל ({{תנ"ך|בראשית|מט|טז}}), כמיוחד שבשבטים וזה היה יהודה, ולכך נקרא בן עמי שדי '''שדן עמו''' כיהודה, וכן את מוצא כשם שנקרא יהודה אריה כך דן נקרא אריה, לכך נקרא נשיא שבטו אחיעזר בן עמישדי.|{{מדרש אגדה|במדבר|א|יב}}}} | ||
אין [[אור החיים]] שטייט אז עס איז מרמז אויף שמשון, וואס אויף אים האט גערוהט א גייסט פון באשעפער וואס האט אים געהאלפן צו פאר'משפט'ן זיינע פיינט{{הערה|{{תנ"ך|במדבר|ז|סו | אין [[אור החיים]] שטייט אז עס איז מרמז אויף שמשון, וואס אויף אים האט גערוהט א גייסט פון באשעפער וואס האט אים געהאלפן צו פאר'משפט'ן זיינע פיינט{{הערה|{{תנ"ך|במדבר|ז|סו|מפרש=אור החיים}}}}. | ||
==זעט אויך== | ==זעט אויך== |
רעוויזיע פון 13:25, 6 יוני 2023
געבורט | מצרים |
---|---|
תקופה | יציאת מצרים, דור המדבר |
בתנ"ך | במדבר א, יב; ב, כה; ז, סו; י, כה |
אֲחִיעֶזֶר בֶּן עַמִּישַׁדָּי איז געווען דער נשיא פון שבט דן, אין די צייט פון נאך יציאת מצרים.
לעבן און שאפן
ווי די אנדערע נשיאים, האט השי"ת באשטימט אחיעזר בן עמישדי צו ציילן זיין שבט ביים צווייטן ציילונג פון אידן אין מדבר. זיי ווערן דארט געשילדערט ווי ”קְרוּאֵי הָעֵדָה, נְשִׂיאֵי מַטּוֹת אֲבוֹתָם, רָאשֵׁי אַלְפֵי יִשְׂרָאֵל[1]”. זיי זענען אלע געווען הויפטן אין סנהדרין[2], וועלכע זענען גערופן געווארן צו יעדע חשוב'ע זאך ביי אידן[3].
לויט חז"ל זענען די נשיאים געווען די שוטרים וואס די מצריים האבן געשטעלט איבער אידן אין מצרים, וואס זיי זענען געשלאגן געווארן ווען אידן האבן נישט ערפילט זייער קוואטע[4]. טייל לערנען אז זיי זענען שוין געווען נשיאים איבער די עלטערן פונעם דור המדבר, נאך זייענדיג אין מצרים[5].
דורכאויס די וואנדערונגען אין מדבר האט אחיעזר געפירט זיין שבט אין דער פערטער מחנה, נאך די דריטע מחנה פון אפרים, און אונטער'ן "דגל מחנה דן" זענען אויך געווען אשר און נפתלי[6]. לויט ווי דערציילט אין מדרש, איז זיין פאן געווען געפארבט ווי דער ספיר שטיין, און א שלאנג געצייכנט דערויף[7].
אין חז"ל ווערט געברענגט אז די נשיאים זענען געווען צווישן די צוויי הונדערט און פופציג מענטשן וועלכע האבן געברענגט קטורת ביים מחלוקת קורח ועדתו[8]. לויט דעם זענען זיי נפטר געווארן אין צווייטן יאר נאך יציאת מצרים, אין פייער וואס האט פארברענט די מקטירי הקטורת.
קרבנות הנשיאים
ביי די קרבנות הנשיאים, האט אחיעזר בן עמישדי מקריב געווען זיין קרבן אום י' ניסן פון צווייטן יאָר צו יציאת מצרים (ב'תמ"ט). ער איז געווען דער צענטער אין די רייע צו מקריב זיין, נאך אבידן בן גדעוני פון שבט בנימין, לויט דער סדר ווי די שבטים האבן גערוט ארום דעם משכן און ווי זיי האבן זיך געצויגן ביי די מסעות[9]. אין מדרש ווערט דערמאנט אז ער האט מקריב געווען דער ערשטער פון די דריי לעצטע שבטים, ווייל יעקב האט צוגעגליכן דן צו יהודה: ”דָּן יָדִין עַמּוֹ כְּאַחַד שִׁבְטֵי יִשְׂרָאֵל”[10]
דער מדרש ערקלערט אז די קרבנות פון אחיעזר האבן מרמז געווען קעגן שמשון הגיבור און זיין נזירות[10].
זיין נאמען
אין מדרש ווערט ערקלערט אז זיין נאמען איז מרמז צום שייכות וואס דן געהאט מיט יהודה:
לפי שדן אביו נעשה אח ליהודה במלאכת המשכן, שנאמר ראו קרא ה' בשם בצלאל ואתו אהליאב בן אחיסמך למטה דן (שמות ל), ואין עזר אלא יהודה שנאמר ועזר מצריו תהיה (דברים לג, ז), וכן יעקב אמר דן ידין עמו כאחד שבטי ישראל (בראשית מט, טז), כמיוחד שבשבטים וזה היה יהודה, ולכך נקרא בן עמי שדי שדן עמו כיהודה, וכן את מוצא כשם שנקרא יהודה אריה כך דן נקרא אריה, לכך נקרא נשיא שבטו אחיעזר בן עמישדי.
אין אור החיים שטייט אז עס איז מרמז אויף שמשון, וואס אויף אים האט גערוהט א גייסט פון באשעפער וואס האט אים געהאלפן צו פאר'משפט'ן זיינע פיינט[11].
זעט אויך
רעפערענצן
- ↑ במדבר א, טז
- ↑ מלבי"ם, במדבר א, טז
- ↑ רש"י, במדבר א, טז
- ↑ ספרי במדבר פיסקא מה, געברענגט אויך אין רש"י, במדבר ז, ב
- ↑
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:היברובוקס
פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע רבי יהונתן אייבשיץ, תפארת יהונתן, יאזעפאף תרל"ג - ↑ במדבר י, כה
- ↑ במדבר רבה, פרשה ב', פסקה ז'
- ↑ במדבר רבה, פרשה י"ח, פסקה ג'; מדרש תנחומא באבער קרח ה. זעט אויך רש"י, במדבר טז, א
- ↑ ילקוט שמעוני, פרשת נשא, רמז תשט"ו; רבינו בחיי, במדבר ב, ב
- ↑ 10.0 10.1 במדבר רבה, פרשה י"ד, פסקה ט'
- ↑ אור החיים, במדבר ז, סו