אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי יחזקאל שרגא מערץ"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (רבי פייפלינקס)
ק (אוועקגענומען קאַטעגאָריע:אומבאקוקט דורך HotCat)
צייכן: באקוקט
שורה 32: שורה 32:
[[קאטעגאריע:סקווערער חסידים]]
[[קאטעגאריע:סקווערער חסידים]]
[[קאַטעגאָריע:וויליאמסבורגער רבנים]]
[[קאַטעגאָריע:וויליאמסבורגער רבנים]]
[[קאטעגאריע:אומבאקוקט]]
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]]  
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]]  
{{קרד/ויקי/יידיש}}
{{קרד/ויקי/יידיש}}
[[he:יחזקאל שרגא מערץ]]
[[he:יחזקאל שרגא מערץ]]

רעוויזיע פון 15:57, 18 מאי 2023

הרב יחזקאל שרגא מערץ (נפטר ט' סיון ה'תשל"ב), איזה געווען דער רב פון "קהל תולדות יעקב - קאשוי".

ביאגראפיע

הרב יחזקאל שרגא מערץ וואס ווערט גערופן ר' חזקל'ה, איז געבוירן צו הרב יואל זוסמאן מערץ און זיין ווייב, א טאכטער פון רבי יעקעלע פראנקפורטער פון קאשוי.

ר' חזקל'ה האט געעפנט א שול אין וויליאמסבורג, נאך זיין זיידן פון קאשוי.

דער נאמען ר' יחזקאל'ע מערץ פארציילט אסאך היסטאריע, זייענדיג א איש קדוש מאוד. ער פלעגט פארן בקביעות אויף יעדן שבת חזון קיין סקווירא, און איז געווען א שטארקער אנהענגער פונעם סאטמארער רב, דער בעל ויואל משה.

די באהאלטענע היסטאריע, איז באזירט איבער זיין פטירה אום ט' סיון תשל"ב. וואס ווי באקאנט האט ער געלאזט א צוואה אז ער וויל ליגן אינעם סקווערער שטעטל, און עס האבן זיך פארוויקלט ענינים, ווען די ד"ת האט געפסק'עט אז מען דארף אים לייגן אינעם סאטמארער חלקה אינעם בית החיים אין ניו דזשערסי ממילא איז דאס נישט צושטאנד געקומען, אבער עטליכע רמזים איז פארגעקומען ביי זיין לויה, וואו ער איז עטליכע מאל ארויסגעפאלן פונעם ארון, און מ'האט געדארפט צוריקלייגן דעם גוף.

זיין גבאי ר' ברוך ברילל ע"ה האט פארציילט אז, באלד נאך דער פטירה פון ר' יחזקאל'ע, איז ער אים געקומען אין חלום, און געזאגט, "וויבאלד איך האב געוואלט ליגן אין סקווירא, און למעשה האט מען מיך נישט דארט געלייגט, וועל איך נאכאמאל אראפקומען, דו וועסט האבן א אייניקל וואס וועט געבוירן יעצט און וועט באלד שטארבן נאכן געבורט, דו זאלסט אים א נאמען געבן יחזקאל שרגא און לייגן אינעם סקווערער בית עולם".

ער איז געווען נערץ ביי אלע צדיקי הדור. ווען ער איז געווען אין א"י האט ער באזוכט ביים הייליגן חזון איש און ביי רבי אהרעלע בעלזער.

ער איז באגראבן אין סאטמארער חלקה אין בית החיים אין ניו זשערסי.

קינדער

זעט אויך

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!