אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "שלשת ימי הגבלה"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
(←‏דער צאל טעג: פארברייטערט, נאך מתן תורה)
ק (אויסשטעל (שייך מער צו פרישה ווי צו הגבלה))
שורה 10: שורה 10:


דאס וואס זיי זענען באפוילן געווארן צווישן אנדערע אויך זיך אפצושיידן פון [[אישות|אינטימע באציאונגען]], איז כדי אז זיי זאלן זיין ריין ביי קבלת התורה, אזויווי זיי זענען באפוילן געווארן זיך צו היטן און רייניגן אויך פון יעדע אנדערע [[טומאה]].
דאס וואס זיי זענען באפוילן געווארן צווישן אנדערע אויך זיך אפצושיידן פון [[אישות|אינטימע באציאונגען]], איז כדי אז זיי זאלן זיין ריין ביי קבלת התורה, אזויווי זיי זענען באפוילן געווארן זיך צו היטן און רייניגן אויך פון יעדע אנדערע [[טומאה]].
משה רבינו האט זיי צוגעפלייסט, זיי זאלן זיך היטן נישט בלויז פון טומאה, נאר אויך פון [[גניבה]] און אנדערע עבירות און פון סיי וועלכע דבר מכוער, אז זיי זאלן זיין לויטער ווען זיי באקומען די תורה{{הערה|[[תנא דבי אליהו]] רבה, [[ש:Tanna_Debei_Eliyahu_Rabbah/18?selectedunittext=7|פרק י"ח]]}}.


== די הגבלה ==
== די הגבלה ==
שורה 17: שורה 19:


משה רבינו האט יא געמעגט ארויפגיין, ווי אויך [[אהרן הכהן]] אין אן אפטיילונג פאר זיך, ווייניגער אריין ווי משה{{הערה|שם=מכורשי|מכילתא און {{תנ"ך|שמות|יט|כד|מפרש=רש"י}}}}; אבער די כהנים - וואס האט דאן באדייט די [[בכור]]ים אדער [[נדב און אביהוא]]{{הערה|א מחלוקת צווישן [[רבי יהושע בן קרחה]] און [[רבי יהודה הנשיא]] אין {{בבלי|זבחים|קטו|ב}}}} - האבן נישט געטארט ארויפגיין{{הערה|שם=מכורשי}}.
משה רבינו האט יא געמעגט ארויפגיין, ווי אויך [[אהרן הכהן]] אין אן אפטיילונג פאר זיך, ווייניגער אריין ווי משה{{הערה|שם=מכורשי|מכילתא און {{תנ"ך|שמות|יט|כד|מפרש=רש"י}}}}; אבער די כהנים - וואס האט דאן באדייט די [[בכור]]ים אדער [[נדב און אביהוא]]{{הערה|א מחלוקת צווישן [[רבי יהושע בן קרחה]] און [[רבי יהודה הנשיא]] אין {{בבלי|זבחים|קטו|ב}}}} - האבן נישט געטארט ארויפגיין{{הערה|שם=מכורשי}}.
משה רבינו האט זיי צוגעפלייסט, זיי זאלן זיך היטן נישט בלויז פון טומאה, נאר אויך פון [[גניבה]] און אנדערע עבירות און פון סיי וועלכע דבר מכוער, אז זיי זאלן זיין לויטער ווען זיי באקומען די תורה{{הערה|[[תנא דבי אליהו]] רבה, [[ש:Tanna_Debei_Eliyahu_Rabbah/18?selectedunittext=7|פרק י"ח]]}}.


== דער צאל טעג ==
== דער צאל טעג ==

רעוויזיע פון 17:05, 11 מאי 2023

מעמד הר סיני, א קריצונג פון 1723

די שלושת ימי הגבלה זענען די דריי טעג בעפאר מתן תורה (יום טוב שבועות), אין וועלכע די אידן האָבן זיך צוגעגרייט צום קבלת התורה ביים בארג סיני. די טעג ווערן אנגערופן "ימי ההגבלה" צוליב די ספעציעלע איסורים און באגרעניצונגען וואס זענען אנגעגאנגען אין די טעג אויפן באפעל פון באשעפער צו משה, ווי עס שטייט:”והיו נכונים ליום השלישי... והגבלת את העם סביב”[1].

היינט ווערן די טעג אפגעצייכנט אום ג' - ה' סיון, און ווערן אויך אנגערופן מיטן נאמען "ימי הגבלה" אויפן נאמען פון די טעג וואס זענען דעמאלט געווען, טראץ וואס היינט גייען נישט אן די איסורים.

דער מקור

ג' סיון אין דעם יאָר פון יציאת מצרים, האָט דער באשעפער באַפוילן משה צו גרייטן די אידן צו באַקומען די תורה:

וַיֹּאמֶר ה' אֶל-מֹשֶׁה לֵךְ אֶל-הָעָם וְקִדַּשְׁתָּם הַיּוֹם וּמָחָר וְכִבְּסוּ שִׂמְלֹתָם. וְהָיוּ נְכֹנִים לַיּוֹם הַשְּׁלִישִׁי, כִּי בַּיּוֹם הַשְּׁלִשִׁי יֵרֵד ה' לְעֵינֵי כָל-הָעָם עַל-הַר סִינָי. וְהִגְבַּלְתָּ אֶת-הָעָם סָבִיב לֵאמֹר הִשָּׁמְרוּ לָכֶם עֲלוֹת בָּהָר וּנְגֹעַ בְּקָצֵהוּ, כָּל-הַנֹּגֵעַ בָּהָר מוֹת יוּמָת. לֹא-תִגַּע בּוֹ יָד כִּי-סָקוֹל יִסָּקֵל אוֹ-יָרֹה יִיָּרֶה, אִם-בְּהֵמָה אִם-אִישׁ לֹא יִחְיֶה בִּמְשֹׁךְ הַיֹּבֵל הֵמָּה יַעֲלוּ בָהָר. וַיֵּרֶד מֹשֶׁה מִן-הָהָר אֶל-הָעָם וַיְקַדֵּשׁ אֶת-הָעָם וַיְכַבְּסוּ שִׂמְלֹתָם. וַיֹּאמֶר אֶל-הָעָם הֱיוּ נְכֹנִים לִשְׁלֹשֶׁת יָמִים, אַל-תִּגְּשׁוּ אֶל-אִשָּׁה.

דאס וואס זיי זענען באפוילן געווארן צווישן אנדערע אויך זיך אפצושיידן פון אינטימע באציאונגען, איז כדי אז זיי זאלן זיין ריין ביי קבלת התורה, אזויווי זיי זענען באפוילן געווארן זיך צו היטן און רייניגן אויך פון יעדע אנדערע טומאה.

משה רבינו האט זיי צוגעפלייסט, זיי זאלן זיך היטן נישט בלויז פון טומאה, נאר אויך פון גניבה און אנדערע עבירות און פון סיי וועלכע דבר מכוער, אז זיי זאלן זיין לויטער ווען זיי באקומען די תורה[2].

די הגבלה

אין די צייט פון מתן תורה האט מען נישט געטארט ארויפגיין אויפ'ן בארג סיני. דאס איז געווען א לא תעשה, און אידן זענען באפוילן געווארן צו ווארענען איינער דעם אנדערן דערוועגן[3]; עס ווערט אבער נישט גערעכנט צווישן די תרי"ג מצוות, וויבאלד דער איסור גייט נישט אן אין שפעטערדיגע דורות[4]. דער איסור האט אריינגערעכנט אויך ארויפגיין אויף א וואגן אן צו בארירן דעם בארג, אדער אנרירן דעם בארג מיט די האנט אן ארויפצוגיין[3], אבער בארירן דורך אן אנדערע זאך איז נישט געווען אסור[5].

משה רבינו האט זיי באשטימט א גרעניץ אלס סימן, זיי זאלן זיך נישט דערנענטערן מער ווי דער גרעניץ[6]. לויט איין מקור, איז דער גרעניץ געווען ארום צוויי טויזנט אמה ווייט פון בארג[7].

משה רבינו האט יא געמעגט ארויפגיין, ווי אויך אהרן הכהן אין אן אפטיילונג פאר זיך, ווייניגער אריין ווי משה[8]; אבער די כהנים - וואס האט דאן באדייט די בכורים אדער נדב און אביהוא[9] - האבן נישט געטארט ארויפגיין[8].

דער צאל טעג

עס איז למעשה פארהאן א מחלוקת צווישן רבי יוסי און אנדערע חכמים, צי עס זענען געווען דריי טעג פון הגבלה בעפאר מתן תורה אדער נאר צוויי. די חכמים האלטן אז נאר צוויי גאנצע טעג זענען געווען פון פאראויס, און דער דריטער טאג אינדערפרי איז שוין פארגעקומען דער מעמד הר סיני. לויט רבי יוסי זענען געווען דריי גאנצע טעג פון באגרעניצונג, נאך וואס משה האט צוגעלייגט איין טאג פון זיין פארשטאנד, און די תורה איז געגעבן געווארן אין פערטן טאג אינדערפרי[10].

דער מדרש זאגט אז השי"ת לאזט נישט די צדיקים אין א צרה מער ווי דריי טעג, אין זכות פון די דריי טעג פון הגבלה פאר מתן תורה[11].

לויט איין דעה, איז געווען אסור ארויפצוגיין אויפ'ן בארג אויך נאך מתן תורה, ווייל די שכינה האט נאך דארט גערוט ביז ווען דער משכן איז אויפגעשטעלט געווארן דער קומענדיגער יאר[12]; אנדערע לערנען אז מען האט שוין געמעגט ארויפגיין גלייך נאך מתן תורה, ווען דער שופר האט געענדיגט צו בלאזן[13].

די ימי הגבלה היינטיגע צייטן

טייל פון די וואס פירן זיך די מנהגי אבילות פון די ספירה טעג אויך נאך ל"ג בעומר, ביז נאנט צו שבועות, האלטן עס שוין נישט אן אין די טעג און ערלויבן שוין זיך שערן די האר און חתונה האבן. אין די טעג זאגט מען נישט קיין תחנון ביים דאווענען. עס זענען פארהאן וואס פרובירן אין די טעג זיך צו שטארקן און אויסמיידן פון דיבורים אסורים, ווי לשון הרע און רכילות, און צו פארמערן מיט לימוד תורה, כדי זיך צו גרייטן צו דעם טאג פון קבלת התורה.

יום המיוחס

א טאג בעפאר די שלושת ימי הגבלה ווערט אנגערופן יום המיוחס. ווארשיינליך ווערט עס אזוי אנגערופן ווייל אין דעם טאג, ווען די אידן זענען אנגעקומען צופיסנס פונעם בארג סיני און זענען געווען פאראייניגט "כאיש אחד בלב אחד", זענען זיי געווארן מיוחס און אויסגעצייכנט פון די איבריגע פעלקער.

דרויסנדע לינקס

רעפערענצן

  1. שמות יט, יא–יב
  2. תנא דבי אליהו רבה, פרק י"ח
  3. 3.0 3.1 מכילתא אויף שמות יט, יב
  4. ספר המצוות להרמב"ם, שורש ג'
  5. מכילתא דרשב"י אויף שמות יט, יג
  6. רש"י, שמות יט, יב
  7. רבנו בחיי, שמות יט, יב. אין רמב"ן, שמות לד, ג ווייזט אבער אויס אז ביי מתן תורה האט מען געמעגט צוגיין ביז צום בארג
  8. 8.0 8.1 מכילתא און רש"י, שמות יט, כד
  9. א מחלוקת צווישן רבי יהושע בן קרחה און רבי יהודה הנשיא אין זבחים קטו, ב
  10. תלמוד בבלי, מסכת שבת, פו. - פח.
  11. בראשית רבה, פרשה נ"ו
  12. רש"י, ביצה ה, ב
  13. תוספות, ביצה ה, ב


קלארשטעלונג: די אינפארמאציע אויף המכלול איז בלויז פאר בארייכערונג און זאל נישט געזען ווערן ווי א פסק הלכה.

קאטעגאריע:שבועות קאטעגאריע:סיון קאטעגאריע:פרשת יתרו קאטעגאריע:מתן תורה

טיילן פון דער ארטיקל זענען מעגליך איבערגעזעצט פון העברעאישער וויקיפעדיע
cc-by-sa 3.0 ערלויבענישאריגינעלער בלאטביישטייערער