אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "שלשת ימי הגבלה"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
(←‏רעפערענצן: אינטערשפראך)
שורה 31: שורה 31:
[[:קאטעגאריע:שבועות]]
[[:קאטעגאריע:שבועות]]
[[:קאטעגאריע:סיון]]
[[:קאטעגאריע:סיון]]
[[HE:שלושת ימי ההגבלה]]
{{וח}}
{{וח}}

רעוויזיע פון 09:54, 11 מאי 2023

די שלושת ימי הגבלה זענען די דריי טעג בעפאר מתן תורה (יום טוב שבועות), אין וועלכע די אידן האָבן זיך צוגעגרייט צום קבלת התורה ביים בארג סיני. די טעג ווערן אנגערופן "ימי ההגבלה" צוליב די ספעציעלע איסורים און באגרעניצונגען וואס זענען אנגעגאנגען אין די טעג אויפן באפעל פון באשעפער צו משה, ווי עס שטייט:”והיו נכונים ליום השלישי... והגבלת את העם סביב”[1].

היינט ווערן די טעג אפגעצייכנט אום ג' - ה' סיון, און ווערן אויך אנגערופן מיטן נאמען "ימי הגבלה" אויפן נאמען פון די טעג וואס זענען דעמאלט געווען, טראץ וואס היינט גייען נישט אן די איסורים.

דער מקור

ג' סיון אין דעם יאָר פון יציאת מצרים, האָט דער באשעפער באַפוילן משה צו גרייטן די אידן צו באַקומען די תורה:

וַיֹּאמֶר ה' אֶל-מֹשֶׁה לֵךְ אֶל-הָעָם וְקִדַּשְׁתָּם הַיּוֹם וּמָחָר וְכִבְּסוּ שִׂמְלֹתָם. וְהָיוּ נְכֹנִים לַיּוֹם הַשְּׁלִישִׁי, כִּי בַּיּוֹם הַשְּׁלִשִׁי יֵרֵד ה' לְעֵינֵי כָל-הָעָם עַל-הַר סִינָי. וְהִגְבַּלְתָּ אֶת-הָעָם סָבִיב לֵאמֹר הִשָּׁמְרוּ לָכֶם עֲלוֹת בָּהָר וּנְגֹעַ בְּקָצֵהוּ, כָּל-הַנֹּגֵעַ בָּהָר מוֹת יוּמָת. לֹא-תִגַּע בּוֹ יָד כִּי-סָקוֹל יִסָּקֵל אוֹ-יָרֹה יִיָּרֶה, אִם-בְּהֵמָה אִם-אִישׁ לֹא יִחְיֶה בִּמְשֹׁךְ הַיֹּבֵל הֵמָּה יַעֲלוּ בָהָר. וַיֵּרֶד מֹשֶׁה מִן-הָהָר אֶל-הָעָם וַיְקַדֵּשׁ אֶת-הָעָם וַיְכַבְּסוּ שִׂמְלֹתָם. וַיֹּאמֶר אֶל-הָעָם הֱיוּ נְכֹנִים לִשְׁלֹשֶׁת יָמִים, אַל-תִּגְּשׁוּ אֶל-אִשָּׁה.

דאס וואס זיי זענען באפוילן געווארן צווישן אנדערע אויך זיך אפצושיידן פון אינטימע באציאונגען, איז כדי אז זיי זאלן זיין ריין ביי קבלת התורה, אזויווי זיי זענען באפוילן געווארן זיך צו היטן און רייניגן אויך פון יעדע אנדערע טומאה.

די צאל טעג

עס איז למעשה פארהאן א מחלוקת צווישן רבי יוסי און אנדערע חכמים, צי עס זענען געווען דריי טעג אדער נאר צוויי. די חכמים האלטן אז נאר צוויי גאנצע טעג זענען געווען פון פאראויס, און דער דריטער טאג אינדערפרי איז שוין פארגעקומען דער מעמד הר סיני. לויט רבי יוסי זענען געווען דריי גאנצע טעג פון באגרעניצונג, און די תורה איז געגעבן געווארן אין פערטן טאג אינדערפרי[2].

היינטיגע צייטן

טייל פון די וואס פירן זיך די מנהגי אבילות פון די ספירה טעג אויך נאך ל"ג בעומר, ביז נאנט צו שבועות, האלטן עס שוין נישט אן אין די טעג און ערלויבן שוין זיך שערן די האר און חתונה האבן. אין די טעג זאגט מען נישט קיין תחנון ביים דאווענען. עס זענען פארהאן וואס פרובירן אין די טעג זיך צו שטארקן און אויסמיידן פון דיבורים אסורים, ווי לשון הרע און רכילות, און צו פארמערן מיט לימוד תורה, כדי זיך צו גרייטן צו דעם טאג פון קבלת התורה.

יום המיוחס

א טאג בעפאר די שלושת ימי הגבלה ווערט אנגערופן יום המיוחס. ווארשיינליך ווערט עס אזוי אנגערופן ווייל אין דעם טאג, ווען די אידן זענען אנגעקומען צופיסנס פונעם בארג סיני און זענען געווען פאראייניגט "כאיש אחד בלב אחד", זענען זיי געווארן מיוחס און אויסגעצייכנט פון די איבריגע פעלקער.

דרויסנדע לינקס

רעפערענצן


קלארשטעלונג: די אינפארמאציע אויף המכלול איז בלויז פאר בארייכערונג און זאל נישט געזען ווערן ווי א פסק הלכה.

קאטעגאריע:שבועות קאטעגאריע:סיון

טיילן פון דער ארטיקל זענען מעגליך איבערגעזעצט פון העברעאישער וויקיפעדיע
cc-by-sa 3.0 ערלויבענישאריגינעלער בלאטביישטייערער