אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רבי משה חיים אפרים פון סדילקאוו"
ק (←ביאגראפיע: הגהה) |
ק (←זיין ספר: הגהה) |
||
שורה 32: | שורה 32: | ||
== זיין ספר == | == זיין ספר == | ||
{{ערך מורחב|דגל מחנה אפרים}} | {{ערך מורחב|דגל מחנה אפרים}} | ||
אין יאר [[ה'תק"ע]], צען יאר נאך זיין פטירה, האט זיין זון רבי יעקב יחיאל פון קאריץ געדרוקט די שריפטן וואס ער האט איבערגעלאזט, געבנדיג א נאמען פאר דעם [[ספר]] "[[דגל מחנה אפרים]]". דאָס ספר ווערט פאררעכנט אלס אַ ספר יסוד אין [[חסידות]]. | |||
דאָס ספר ווערט פאררעכנט | |||
== פאמיליע == | == פאמיליע == |
רעוויזיע פון 13:39, 3 מאי 2023
די ציון פון דער דגל מחנה אפרים | |
געבורט | מעזשביזש |
---|---|
פטירה |
מעזשביזש |
מקום קבורה | מעזשביזש |
רבי'ס | בעש"ט, רבי דוב בער פון מעזריטש, רבי וואלף קיצעס, רבי יעקב יוסף פון פולנאה |
ספרים | דגל מחנה אפרים |
רבי משה חיים אפרים (דער "דגל") פון סאדילקאוו, (בערך ה'תק"ב - י"ז אייר ה'תק"ס), אן אייניקל פון דעם בעל שם טוב, פון זיינע נאכפאלגערס, און פון די ערשטע צו שרייבן חסיד'ישע ספרים.
ביאגראפיע
געבוירן צו רבי יחיאל מיכל אשכנזי און אדל, די טאכטער פונעם בעל שם טוב, אין שטאט מעזשביזש וואו זיין זיידע האט געוואוינט. עטליכע מיינונגען זענען פארהאן איבער דאס יאָר פון זיין געבורט[1]. אלס קינד האט אים זיין זיידע שוין אנגערופן: "עילוי גדול בתכלית הלימוד"[א].
נאכן די פטירה פון זיין זיידן האט ער געלערנט ביי זיינע תלמידים: רבי דוב בער פון מעזריטש, רבי וואלף קיצעס, און מערסטנס ביי רבי יעקב יוסף פון פולנאה דער מחבר פון תולדות יעקב יוסף. רבי אפרים ווערט אבער נאך פאררעכנט ווי א מיטגליד פונעם צווייטן דור פון חסידות, ווייל ער האט אליין מקבל געווען תורה פון זיין זיידן און ער ציטירט דירעקט זיינע ווערטער אין זיין ספר.
דער דגל האט געדינט אלס רב און מגיד מישרים אין סדילקאוו וואס איז נעבן שפיטיווקא און נישט ווייט פון מעזשביזש זיין געבורטס ארט. ער האט דארט שטארק געליטן פון רדיפות צוליב די התנגדות צו חסידות צוזאמען מיט ארעמקייט, נאך וואס די קהילה האט אים נישט באזארגט זיין פרנסה[2]. אין יאר ה'תקמ"ח בערך איז ער צוריק צו זיין געבורטס ארט, וואו זיין ברודער רבי ברוך פון מעזשביזש האט געדינט אלס רבי; דער דגל האט זיך דערפאר געפירט צו דאווענען אין בית המדרש פון זיין זיידן.
עס איז באקאנט אז דאס פריינדשאפט צווישן די ברידער איז געווען זייער נאנט, כאטש זיי האבן ביידע געפירט רעביסטווע אין זעלבן שטאט. רבי אפרים איז נישט ארויסגעשטאנען ביים לעבן אלס מנהיג פון א גרויסע קהילה, ווי זיין רבי דער תולדות יעקב יוסף איז זיין כח געווען גרעסער אין שרייבן ווי אין פירן א קהילה, כאטש ער איז געווען באקאנט אלס דרשן. זיין ברודער פון דער אנדערער זייט האט געפירט א גרויסע קהילה, ער איז אסאך ארומגעפארן צו די פארשידענע שטעטלעך אין אוקראינע וואו זיינע חסידים האבן געוואוינט, און אסאך פון די מנהיגים פון קומענדיגן דור אין חסידות האבן זיך געציילט צווישן זיינע תלמידים.
אום י"ז אייר, ערב ל"ג בעומר פון יאר ה'תק"ס, איז רבי משה חיים אפרים אוועק. ער איז באהאלטן געווארן אין אוהל פון זיין זיידן אין מעזשביזש.
נאך זיין פטירה האבן זיינע זין נישט איבערגענומען זיין פירערשאפט אין מעזשביזש. נאך ביים לעבן האט זיין איידעם, רבי דוד הלוי איש הורוויץ, איבערגענומען זיין שטעלע אלס מגיד מישרים און אדמו"ר אין סדילקאָוו.
תקופת חייו של רבי משה חיים אפרים פון סדילקאוו על ציר הזמן |
---|
|
זיין ספר
אין יאר ה'תק"ע, צען יאר נאך זיין פטירה, האט זיין זון רבי יעקב יחיאל פון קאריץ געדרוקט די שריפטן וואס ער האט איבערגעלאזט, געבנדיג א נאמען פאר דעם ספר "דגל מחנה אפרים". דאָס ספר ווערט פאררעכנט אלס אַ ספר יסוד אין חסידות.
פאמיליע
- זיין זון רבי יעקב יחיאל פון קאריץ.
- זיין איידעם רבי לייבוש פון כמעלניצקי.
- זיין זון רבי יצחק פון קאליס.
- זיין איידעם רבי יעקב יוסף זון פון דער באר מים חיים.
- זיין איידעם רבי יוסף פון שפיטיווקא אייניקל פון רבי פנחס קאריצער און רבי יעקב שמשון שעפעטיווקער.
- זיין זון רבי יוסף יחיאל ממז'יבוז', איידעם פון רבי חנינא ליפא פון כעמעלניק.
- זיין טאכטער אדל פרוי פון רבי דוד הלוי איש הורביץ פון סאדילקאוו.
- זיין איידעם רבי אריה לייב גוטמן זון פון רבי אברהם פון קאריסטשאוו [ב].
- זיין זון רבי ישראל, סאדילקאוו'ער רבי אין יאסי.
- זיין איידעם רבי אריה לייב גוטמן זון פון רבי אברהם פון קאריסטשאוו [ב].
היינט דינען צוויי פון זיינע אייניקלעך אלס רבי'ס פון סדילקאוו, רבי אריה לייב גלנץ אין מאנסי אין ניו יארק, און רבי אריה וואהל פון סדילקאוו אין בית שמש.
דרויסנדע לינקס
- אברהם כהנא, רבי משה חיים אפרים ב"ר יחיאל בעל "דגל מחנה אפרים", אין "ספר החסידות" (ווארשע ה'תרפ"ב), אויף "דעת"
- רבי משה חיים אפרים פון סאדילקוב אויף אהלי צדיקים זייטל
- א באשרייבונג איבער זיין טאטע
נאטיצן
- ↑ אין א בריוו צו זיין שוואגער רבי אברהם גרשון פון קיטוב. דער בריוו איז בערך פון יאר ה'תקי"ג, ד.ה. ווען ער איז געווען צווישן פינף און עלף יאר.
- ↑ איידעם פון דער מאור עינים פון טשערנאביל.