אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רבי יצחק אייזיק סאפרין"
ק (אינטערשפראך, קאטעגאריעס אנהייב) |
(פארברייטערט) |
||
שורה 2: | שורה 2: | ||
| נאמען = רבי יצחק אייזיק יהודה יחיאל סאפרין | | נאמען = רבי יצחק אייזיק יהודה יחיאל סאפרין | ||
| טיטל = דער קאמארנער | | טיטל = דער קאמארנער | ||
| געבורט ארט = [[סאמבור]], [[גאליציע]], [[עסטרייכער אימפעריע]] (היינט [[אוקריינע]]) | |||
| פטירה ארט = [[קאמארנא]], [[גאליציע]], [[עסטרייכער אימפעריע]] (היינט [[אוקריינע]]) | | פטירה ארט = [[קאמארנא]], [[גאליציע]], [[עסטרייכער אימפעריע]] (היינט [[אוקריינע]]) | ||
| מקום קבורה = [[קאמארנא]], [[גאליציע]] | | מקום קבורה = [[קאמארנא]], [[גאליציע]] | ||
שורה 9: | שורה 10: | ||
| ספרים = חומש היכל הברכה, נוצר חסד, אוצר החיים, שולחן הטהור און נאך | | ספרים = חומש היכל הברכה, נוצר חסד, אוצר החיים, שולחן הטהור און נאך | ||
| אב = [[רבי אלכסנדר סענדער אייכנשטיין]] פון קאמארנא | | אב = [[רבי אלכסנדר סענדער אייכנשטיין]] פון קאמארנא | ||
| אם = | | אם = חנה | ||
| ווייב = | | ווייב = גיטל טאכטער פון [[רבי אברהם מרדכי פון פינטשאוו|רבי אברהם מרדכי]] פון [[פינטשאוו]] | ||
| קינדער = [[רבי אליעזר צבי סאפרין]] | | קינדער = [[רבי אליעזר צבי סאפרין]] | ||
| דינאסטיע = [[קאמארנא (חסידות)|קאמארנא]] | | דינאסטיע = [[קאמארנא (חסידות)|קאמארנא]] | ||
שורה 29: | שורה 30: | ||
}} | }} | ||
{{פירוש נוסף|נוכחי=רבי יצחק אייזיק פון קאמארנא|אחר=זיין זיידע רבי יצחק אייזיק אייכנשטיין פון סאפרין|זעט=רבי יצחק אייזיק אייכנשטיין (סאפרין)}} | {{פירוש נוסף|נוכחי=רבי יצחק אייזיק פון קאמארנא|אחר=זיין זיידע רבי יצחק אייזיק אייכנשטיין פון סאפרין|זעט=רבי יצחק אייזיק אייכנשטיין (סאפרין)}} | ||
'''רבי יצחק אייזיק יהודה יחיאל סאפרין''' ([[כ"ה שבט]] [[ה'תקס"ו]], [[1806]] - [[י' אייר]] [[ה'תרל"ד]], [[1874]]) איז געווען דער צווייטער [[רבי]] פון די [[קאמארנא (חסידות)|קאמארנא]] דינאַסטיע. | '''רבי יצחק אייזיק יהודה יחיאל סאפרין''' (אויף איין ארט '''רבי יצחק אייזיק יהודה יחיאל מיכל'''{{הערה|שם=תנאים|זיין [[שטר תנאים]], געדרוקט אין {{אוצר החכמה|2=נתיב מצותיך|3=102047|עמוד=2}}}}; [[כ"ה שבט]] [[ה'תקס"ו]], [[1806]] - [[י' אייר]] [[ה'תרל"ד]], [[1874]]) איז געווען דער צווייטער [[רבי]] פון די [[קאמארנא (חסידות)|קאמארנא]] דינאַסטיע. | ||
== ביאגראפיע == | == ביאגראפיע == | ||
געבוירן אום [[כ"ה שבט]] [[ה'תקס"ו]] צו [[רבי אלכסנדר סענדער אייכנשטיין]], [[רב]] אין [[זידיטשוב]] און אין [[קאמארנא]] | געבוירן אום [[כ"ה שבט]] [[ה'תקס"ו]], אין [[סאמבור]], צו [[רבי אלכסנדר סענדער אייכנשטיין]], [[רב]] אין [[זידיטשוב]] און אין [[קאמארנא]] א תלמיד פון [[רבי יעקב יצחק פון לובלין|דער חוזה פון לובלין]]. זיין טאטע האט אים עטליכע מאל מיטגענומען אין זיינע נסיעות צום חוזה, וועלכער האט שטארק מקרב געווען דאס קינד. זייענדיג אין לובלין אויף [[חנוכה]] [[ה'תקע"ה]], האט דער חוזה פארגעשלאגן פאר [[רבי אברהם מרדכי פון פינטשאוו|רבי אברהם מרדכי]] פון [[פינטשאוו]] אז ער זאל נעמען רבי יצחק אייזיק אלס חתן פאר זיין אכט יעריגע טאכטער גיטל, זאגנדיג אז דער חתן וועט נאך פארשיינען די וועלט. דער [[תנאים (אירוסין)|תנאים]] איז אפגעראכטן געווארן דארט אין לובלין{{הערה|שם=תנאים}}. | ||
אין עלטער פון צוועלף יאר איז זיין פאטער אוועק, און ער איז אויפגעוואקסן ביי זיין פעטער [[רבי צבי הירש אייכנשטיין|רבי צבי הירש פון זידיטשוב]], וועמען ער האט פאררעכנט אלס זיין רבי מובהק. אין יאר [[ה'תקפ"ב]] האט ער חתונה געהאט{{ביאור|די חתונה איז געווען באשטימט אויף חודש שבט תקע"ט, אבער איז געווארן אפגעשטופט ווען דער אבי החתן איז נפטר געווארן א האלב יאר פריער}}, און איז עטליכע יאר געבליבן וואוינען אין [[פינטשאוו]] נעבן זיין שווער, וועלכער איז נפטר געווארן אין יאר [[ה'תקפ"ד]]. | |||
נאך געציילטע יאר האט אים זיין פעטער רבי צבי הירש באפוילן ער זאל זיך באזעצן אין [[זידיטשוב]], און ער האט געבעטן די מענטשן פון שטאט אז זיי זאלן באשטימען רבי אייזיק'ל אלס [[דיין]]. א קורצע צייט האט ער געדינט אויף דעם שטעלע, אבער דערנאך האט זיך אויפגעוועקט א מחלוקת קעגן אים און מען האט אים אראפגעשטעלט. ער איז געווען דערנידערט, האט געליטן, און אפילו געהונגערט פאַר ברויט. רבי יצחק אייזיק האט געזאגט אז ער האט זוכה געווען צו זיינע מדריגות אלס שכר פאר די רדיפות וואס ער האט אויסגעהאלטן און אנגענומען בסבר פנים יפות{{הערה|געברענגט דורך זיין זון רבי אליעזר צבי, אין הקדמה צו זהר חי}}. ווען רבי צבי הירש איז נפטר געווארן, אום [[י"א תמוז]] [[ה'תקצ"א]], איז רבי יצחק אייזיק אריבער וואוינען אין שטאט וואו זיין טאטע האט געוואוינט, קאמארנא. דארט האט געלעבט ביז סוף ימיו, און ער ווערט פאררופן אויף איר נאמען "רבי אייזיק'ל קאמארנער". | |||
ער איז געווען דער ערשטער זיך צו באנוצן מיט "סאפרין" אלס משפחה נאמען{{ביאור|אויפן נאמען פון די שטאט פון זיין זיידן, [[רבי יצחק אייזיק אייכנשטיין (סאפרין)|רבי יצחק אייזיק פון סאפרין]].}} וואס ער האט פארטוישט פון "אייכנשטיין". | ער איז געווען דער ערשטער זיך צו באנוצן מיט "סאפרין" אלס משפחה נאמען{{ביאור|אויפן נאמען פון די שטאט פון זיין זיידן, [[רבי יצחק אייזיק אייכנשטיין (סאפרין)|רבי יצחק אייזיק פון סאפרין]].}} וואס ער האט פארטוישט פון "אייכנשטיין". | ||
שורה 40: | שורה 43: | ||
זיין זון רבי אליעזר צבי שרייבט אויף אים{{הערה|"זוהר חי", הקדמה}} אז ער איז געווען א [[גלגול]] פון דער "ינוקא" וואס ווערט געברענגט אין [[זוהר]]. רבי יצחק אייזיק אליינס שרייבט אויף זיך אז ער איז געבוירן אין יאר "[[משיח בן יוסף]]". | זיין זון רבי אליעזר צבי שרייבט אויף אים{{הערה|"זוהר חי", הקדמה}} אז ער איז געווען א [[גלגול]] פון דער "ינוקא" וואס ווערט געברענגט אין [[זוהר]]. רבי יצחק אייזיק אליינס שרייבט אויף זיך אז ער איז געבוירן אין יאר "[[משיח בן יוסף]]". | ||
רבי יצחק אייזיק ווערט פאררעכנט אלס דער דאמינאנטער און צענטראלער רבי אין די געשיכטע פון קאמארנא. ער איז געווען באקאנט אלס א [[בעל מופת]], און איז געווען אן אדמו"ר פאר טויזנטער חסידים{{הערה|שם=אלפסי|1=[[יצחק אלפסי]],''' החסידות'''}}. ער איז געווען א פרוכטבארער מחבר אין אלע חלקי ה[[תורה]] און בעיקר אין תורת ה[[קבלה]], און איז געווארן אנגערופן מיטן טיטל "שר בית הזוהר"{{הערה|זעט, צום ביישפיל: {{אוצר החכמה|[[רבי גרשון שטערן]]|ילקוט הגרשוני כללים, חלק שלישי|105362|אין הערה|עמוד=25}}}}. רבי אייזיק'ל איז באקאנט מיט זיינע אריגינעלע פסקים אין הלכה. | רבי יצחק אייזיק ווערט פאררעכנט אלס דער דאמינאנטער און צענטראלער רבי אין די געשיכטע פון קאמארנא. ער איז געווען באקאנט אלס א [[בעל מופת]] און אפענער בעל [[רוח הקודש]], און איז געווען אן אדמו"ר פאר טויזנטער חסידים{{הערה|שם=אלפסי|1=[[יצחק אלפסי]],''' החסידות'''}}. ער איז געווען א פרוכטבארער מחבר אין אלע חלקי ה[[תורה]] און בעיקר אין תורת ה[[קבלה]], און איז געווארן אנגערופן מיטן טיטל "שר בית הזוהר"{{הערה|זעט, צום ביישפיל: {{אוצר החכמה|[[רבי גרשון שטערן]]|ילקוט הגרשוני כללים, חלק שלישי|105362|אין הערה|עמוד=25}}}}. רבי אייזיק'ל איז באקאנט מיט זיינע אריגינעלע פסקים אין הלכה. | ||
זיינע רביס זענען געווען זיין פעטער [[רבי צבי הירש פון זידיטשוב]] און [[רבי אברהם יהושע העשיל (אפטא)|דער אפטער רב]], און איז אויך אסאך געפארן צו אנדערע צדיקים. | זיינע רביס זענען געווען זיין פעטער [[רבי צבי הירש פון זידיטשוב]] און [[רבי אברהם יהושע העשיל (אפטא)|דער אפטער רב]], און איז אויך אסאך געפארן צו פילע אנדערע צדיקים{{הערה|ווי ער שרייבט {{ציטוטון|וכפי אשר קבלתי מי"ח צדיקים בעלי רוח הקודש ששמשתי אותם, ובראשם מורי דודי רבנו מזידיטשוב|אוצר החיים, ויקרא דף רצ"ב}}}}, צווישן זיי: [[רבי משה צבי פון סאווראן]], [[רבי שלום רוקח]] פון [[בעלזא (חסידות)|בעלזא]], [[רבי נפתלי צבי הורוויץ]] פון [[ראפשיץ]] און זיין איידעם [[רבי אשר ישעיה רובין]], [[רבי מאיר פרעמישלאנער]], [[רבי ישראל פון רוזשין]], און ער איז אפילו אפט געפארן צו זיין שוועסטערקינד [[רבי יצחק אייזיק אייכנשטיין|רבי יצחק אייזיק פון זידיטשויב]] וועלכער איז געווען בלויז איין יאר עלטער. רבי אייזיקל קאמארנער האט זיך געהאלטן כמעט פאר א דירעקטער תלמיד פונעם [[בעל שם טוב]], כאטש ער איז געווען עטליכע דורות נאך אים, און האט אסאך געהארעוועט צו אויסטייטשן זיין תורה. אין זיינע ספרים האָט ער פאַראייביגט אַסאך דערציילונגען פון די תלמידי בעש"ט{{הערה|שם=אלפסי}}. | ||
נאך זיין פטירה האט זיין זון, [[רבי אליעזר צבי סאפרין]], איבערגענומען זיין פלאץ. | נאך זיין פטירה האט זיין זון, [[רבי אליעזר צבי סאפרין]], איבערגענומען זיין פלאץ. |
רעוויזיע פון 12:19, 30 אפריל 2023
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:אישיות רבנית
פאראמעטער [ הויף ארט ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
געבורט |
כ"ה שבט ה'תקס"ו סאמבור, גאליציע, עסטרייכער אימפעריע (היינט אוקריינע) | ||||
---|---|---|---|---|---|
פטירה |
י' אייר ה'תרל"ד (אלט: 68) קאמארנא, גאליציע, עסטרייכער אימפעריע (היינט אוקריינע) | ||||
מקום קבורה | קאמארנא, גאליציע | ||||
רבי'ס | רבי צבי הירש פון זידיטשוב; רבי אברהם יהושע העשיל (אפטא) | ||||
ספרים | חומש היכל הברכה, נוצר חסד, אוצר החיים, שולחן הטהור און נאך | ||||
ווייב | גיטל טאכטער פון רבי אברהם מרדכי פון פינטשאוו | ||||
דינאסטיע | קאמארנא | ||||
קינדער | רבי אליעזר צבי סאפרין | ||||
|
נוסח פון זיין מציבה
|
---|
כתר תורה
פ”נ י’ אייר תרל”ד אדונינו מורינו ורבינו, רבן של ישראל, מאור הגולה, עמוד הימיני פטיש החזק, מופת הדור, הגאון קדוש אלקי, אספקלריא המאירה, אור מופלא ומכוסה, גאון הגאונים קודש הקדשים, מרא דרזין דנהירין ליה שבילי דרקיע כשבילי דנהר דעה, בוצינא קדישא, חסידא ופרישא, המפורסם בקדושתו וענוות צדקתו, עמוד ברזל, צדיק יסוד עולם, אור שבעת הימים, אוהב ישראל מרן רבינו מוהר”ר יצחק אייזיק יהודה יחיאל זללה”ה בהרב הצדיק הקדוש מו”ה אלכסנדר זללה”ה אב”ד דפה ת.נ.צ.ב.ה. |
רבי יצחק אייזיק יהודה יחיאל סאפרין (אויף איין ארט רבי יצחק אייזיק יהודה יחיאל מיכל[1]; כ"ה שבט ה'תקס"ו, 1806 - י' אייר ה'תרל"ד, 1874) איז געווען דער צווייטער רבי פון די קאמארנא דינאַסטיע.
ביאגראפיע
געבוירן אום כ"ה שבט ה'תקס"ו, אין סאמבור, צו רבי אלכסנדר סענדער אייכנשטיין, רב אין זידיטשוב און אין קאמארנא א תלמיד פון דער חוזה פון לובלין. זיין טאטע האט אים עטליכע מאל מיטגענומען אין זיינע נסיעות צום חוזה, וועלכער האט שטארק מקרב געווען דאס קינד. זייענדיג אין לובלין אויף חנוכה ה'תקע"ה, האט דער חוזה פארגעשלאגן פאר רבי אברהם מרדכי פון פינטשאוו אז ער זאל נעמען רבי יצחק אייזיק אלס חתן פאר זיין אכט יעריגע טאכטער גיטל, זאגנדיג אז דער חתן וועט נאך פארשיינען די וועלט. דער תנאים איז אפגעראכטן געווארן דארט אין לובלין[1].
אין עלטער פון צוועלף יאר איז זיין פאטער אוועק, און ער איז אויפגעוואקסן ביי זיין פעטער רבי צבי הירש פון זידיטשוב, וועמען ער האט פאררעכנט אלס זיין רבי מובהק. אין יאר ה'תקפ"ב האט ער חתונה געהאט[א], און איז עטליכע יאר געבליבן וואוינען אין פינטשאוו נעבן זיין שווער, וועלכער איז נפטר געווארן אין יאר ה'תקפ"ד.
נאך געציילטע יאר האט אים זיין פעטער רבי צבי הירש באפוילן ער זאל זיך באזעצן אין זידיטשוב, און ער האט געבעטן די מענטשן פון שטאט אז זיי זאלן באשטימען רבי אייזיק'ל אלס דיין. א קורצע צייט האט ער געדינט אויף דעם שטעלע, אבער דערנאך האט זיך אויפגעוועקט א מחלוקת קעגן אים און מען האט אים אראפגעשטעלט. ער איז געווען דערנידערט, האט געליטן, און אפילו געהונגערט פאַר ברויט. רבי יצחק אייזיק האט געזאגט אז ער האט זוכה געווען צו זיינע מדריגות אלס שכר פאר די רדיפות וואס ער האט אויסגעהאלטן און אנגענומען בסבר פנים יפות[2]. ווען רבי צבי הירש איז נפטר געווארן, אום י"א תמוז ה'תקצ"א, איז רבי יצחק אייזיק אריבער וואוינען אין שטאט וואו זיין טאטע האט געוואוינט, קאמארנא. דארט האט געלעבט ביז סוף ימיו, און ער ווערט פאררופן אויף איר נאמען "רבי אייזיק'ל קאמארנער".
ער איז געווען דער ערשטער זיך צו באנוצן מיט "סאפרין" אלס משפחה נאמען[ב] וואס ער האט פארטוישט פון "אייכנשטיין".
זיין זון רבי אליעזר צבי שרייבט אויף אים[3] אז ער איז געווען א גלגול פון דער "ינוקא" וואס ווערט געברענגט אין זוהר. רבי יצחק אייזיק אליינס שרייבט אויף זיך אז ער איז געבוירן אין יאר "משיח בן יוסף".
רבי יצחק אייזיק ווערט פאררעכנט אלס דער דאמינאנטער און צענטראלער רבי אין די געשיכטע פון קאמארנא. ער איז געווען באקאנט אלס א בעל מופת און אפענער בעל רוח הקודש, און איז געווען אן אדמו"ר פאר טויזנטער חסידים[4]. ער איז געווען א פרוכטבארער מחבר אין אלע חלקי התורה און בעיקר אין תורת הקבלה, און איז געווארן אנגערופן מיטן טיטל "שר בית הזוהר"[5]. רבי אייזיק'ל איז באקאנט מיט זיינע אריגינעלע פסקים אין הלכה.
זיינע רביס זענען געווען זיין פעטער רבי צבי הירש פון זידיטשוב און דער אפטער רב, און איז אויך אסאך געפארן צו פילע אנדערע צדיקים[6], צווישן זיי: רבי משה צבי פון סאווראן, רבי שלום רוקח פון בעלזא, רבי נפתלי צבי הורוויץ פון ראפשיץ און זיין איידעם רבי אשר ישעיה רובין, רבי מאיר פרעמישלאנער, רבי ישראל פון רוזשין, און ער איז אפילו אפט געפארן צו זיין שוועסטערקינד רבי יצחק אייזיק פון זידיטשויב וועלכער איז געווען בלויז איין יאר עלטער. רבי אייזיקל קאמארנער האט זיך געהאלטן כמעט פאר א דירעקטער תלמיד פונעם בעל שם טוב, כאטש ער איז געווען עטליכע דורות נאך אים, און האט אסאך געהארעוועט צו אויסטייטשן זיין תורה. אין זיינע ספרים האָט ער פאַראייביגט אַסאך דערציילונגען פון די תלמידי בעש"ט[4].
נאך זיין פטירה האט זיין זון, רבי אליעזר צבי סאפרין, איבערגענומען זיין פלאץ.
קינדער
- זיין טאכטער הינדא שרה, חתונה געהאט צו רבי מנשה יעקב קלינבערג, גרינדער פון זאלאשיץ דינאַסטיע
- זיין זון רבי אלכסנדר סענדער סאפרין, נפטר נאך אין לעבן פון זיין טאטע
- זיין זון רבי אליעזר צבי סאפרין פון קאמארנא
זיינע ספרים
זיין הויפט לעבנס ווערק האט ער געזען אין שרייבן זיינע פילע ספרים, אין וועלכע ער האט צוזאמגעשטעלט קבלת האר"י מיט תורת הבעל שם טוב. צווישן זיי:
- היכל הברכה - אויף חמשה חומשי תורה, וואו ער שטעלט זיך שטארק צו ערקלערן די מסורה
- אוצר החיים - פירוש אויף תרי"ג מצוות על דרך הפרד"ס (געדרוקט אין חומש היכל הברכה)
- כתם אופיר - פירוש אויף מגילת אסתר (געדרוקט אין חומש היכל הברכה, ספר שמות)
- זוהר חי - פירוש אויף ספר הזוהר לויט קבלת האר"י און תורת הבעש"ט
- נתיב מצוותיך - הקדמה צו ספר 'אוצר החיים'
- נוצר חסד - פירוש אויף מסכת אבות
- אדם ישר - תפילות און סגולות געראטעוועט צו ווערן פון מגיפה
- דרך אמונה - "דברים הנצרכים לתורה ולעבודה" (געדרוקט אין חומש היכל הברכה סוף פרשת בראשית)
אזוי אויך האט ער געשריבן א צאל ספרים אין תורת הנגלה און הלכה, ווי פאלגנד:
- עצי עדן, מעשה ארג, און פני זקן - פירוש אויף משניות
- עשירית האיפה - פירוש אויף תורת כהנים
- פני זקן - פירוש אויף תלמוד ירושלמי מסכת שקלים
- נדבת פי - פירוש אויף מסכת קינים, מיט הערות אויף זיינע אויבנדערמאנטע ספרים 'פני זקן' און 'עשירית האיפה'
- שולחן הטהור - אויף סדר ההלכות אין שולחן ערוך
באזונדער איז זיין ספר מגילת סתרים וואס פארמאגט צוויי חלקים: דער ערשטער חלק איז "ספר החזיונות", וואס איז ווי א טאג-בוך פון חלומות און אנדערע מעשיות לויט די דאטומען. דערין רעדט ער אויך אסאך ארום איבער שורשי הנשמות (בעיקר פון אים און זיינע ארומיגע). דער צווייטער חלק איז "מעשה השם", וואס אנטהאלט מעשיות אויף דער בעש"ט, וואס רוב פון זיי האט ער געהערט פון זיין שווער.
ביז ארום ה'תש"ד איז דער ספר נישט געווען צו געפונען, עס איז נאר אריבער אין כתב יד צווישן אן ענגע צאל קאמארנער חסידים. אין ה'תש"ד איז עס צום ערשטן מאל געדרוקט געווארן דורך מוסד הרב קוק[7].
ליינט מער
- ברוך ישר (שליכטער), בית קומרנה, ירושלים תשכ"ה
- רבי ישראל פרנקפורטר, שלשלת קאמארנא, ירושלים תשס"ה
דרויסנדע לינקס
- דער ציון אין קאמארנא, אויף "אהלי צדיקים" זייטל
- רון וקס, דער באנוץ פון יחודים ביי רבי יצחק יהודה יחיאל סאפרין פון קאמארנא, אויף "דעת"
- יעקב מאיר, לעקציע אויף פני זקן, ביי א צאמקום אין בר-אילן אוניווערסיטעט
- א ברייטער באשרייבונג אויף "קברי צדיקים" זייטל
זיינע ספרים אויף היברובוקס זייטל
- היכל הברכה (ואוצר החיים) - בראשית, שמות, ויקרא, במדבר, דברים
- זוהר חי - בראשית א, בראשית ב, שמות א, שמות ב, ויקרא במדבר דברים
- אדם ישר
- פני זקן אויף ירושלמי שקלים
- שולחן הטהור א, ב
- עשירית האיפה אויף תורת כהנים
- מגלת סתרים
- היכל הברכה אויף חמשה חומשי תורה אויף ויקיטקסט זייטל
נאטיצן
- ↑ די חתונה איז געווען באשטימט אויף חודש שבט תקע"ט, אבער איז געווארן אפגעשטופט ווען דער אבי החתן איז נפטר געווארן א האלב יאר פריער
- ↑ אויפן נאמען פון די שטאט פון זיין זיידן, רבי יצחק אייזיק פון סאפרין.
רעפערענצן
- ↑ 1.0 1.1 זיין שטר תנאים, געדרוקט אין
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:אוצר החכמה
פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע נתיב מצותיך - ↑ געברענגט דורך זיין זון רבי אליעזר צבי, אין הקדמה צו זהר חי
- ↑ "זוהר חי", הקדמה
- ↑ 4.0 4.1 יצחק אלפסי, החסידות
- ↑ זעט, צום ביישפיל:
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:אוצר החכמה
פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע רבי גרשון שטערן, ילקוט הגרשוני כללים, חלק שלישי, אין הערה - ↑ ווי ער שרייבט ”וכפי אשר קבלתי מי"ח צדיקים בעלי רוח הקודש ששמשתי אותם, ובראשם מורי דודי רבנו מזידיטשוב” (אוצר החיים, ויקרא דף רצ"ב)
- ↑
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:אוצר החכמה
פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
ליידיגע פאראמעטער [ 5 ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע מגילת סתרים
קאטעגאריע:אדמו"רי קומרנה
קאטעגאריע:גאליציאנער רבנים
קאטעגאריע:קומרנה: רבנים
קאטעגאריע:מקובלים
קאטעגאריע:פרשני מגילת אסתר
קאטעגאריע:פרשני ספר הזוהר
קאטעגאריע:פרשני התפילה
קאטעגאריע:פרשני התלמוד הירושלמי