אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רבי יצחק אייזיק סאפרין"
ק (←דרויסנדע לינקס: הגהה, מכלוליזאציע) |
|||
שורה 74: | שורה 74: | ||
== דרויסנדע לינקס == | == דרויסנדע לינקס == | ||
*[https://zadikim.com/cities/קאמרנא-קומארנו/ דער ציון | *[https://zadikim.com/cities/קאמרנא-קומארנו/ דער ציון אין קאמארנא], אויף "אהלי צדיקים" זייטל | ||
*{{דעת|רון וקס|daat/history/hasidut/hashimush-2.htm| | *{{דעת|רון וקס|daat/history/hasidut/hashimush-2.htm|דער באנוץ פון יחודים ביי רבי יצחק יהודה יחיאל סאפרין פון קאמארנא}} | ||
*[http://www.youtube.com/watch?v=moSAUrd4lNA&feature=relmfu יעקב מאיר, לעקציע אויף '''פני זקן''' ביי א צאמקום אין בר-אילן אוניווערסיטעט] | *[http://www.youtube.com/watch?v=moSAUrd4lNA&feature=relmfu יעקב מאיר, לעקציע אויף '''פני זקן''', ביי א צאמקום אין בר-אילן אוניווערסיטעט] | ||
*[https://www.zadikim.net/?p=6461 א ברייטער באשרייבונג] אויף קברי צדיקים זייטל | *[https://www.zadikim.net/?p=6461 א ברייטער באשרייבונג] אויף "קברי צדיקים" זייטל | ||
=== זיינע ספרים אויף [[ | === זיינע ספרים אויף [[היברובוקס]] זייטל=== | ||
* היכל הברכה (ואוצר החיים) - [http://www.hebrewbooks.org/20632 בראשית], [http://www.hebrewbooks.org/20545 שמות], [http://www.hebrewbooks.org/21283 ויקרא], [http://www.hebrewbooks.org/22167 במדבר], [http://www.hebrewbooks.org/20837 דברים] | * היכל הברכה (ואוצר החיים) - [http://www.hebrewbooks.org/20632 בראשית], [http://www.hebrewbooks.org/20545 שמות], [http://www.hebrewbooks.org/21283 ויקרא], [http://www.hebrewbooks.org/22167 במדבר], [http://www.hebrewbooks.org/20837 דברים] | ||
* זוהר חי - [http://www.hebrewbooks.org/20311 בראשית א], [http://www.hebrewbooks.org/21135 בראשית ב], [http://www.hebrewbooks.org/21112 שמות א], [http://www.hebrewbooks.org/22459 שמות ב], [http://www.hebrewbooks.org/20388 ויקרא במדבר דברים] | * זוהר חי - [http://www.hebrewbooks.org/20311 בראשית א], [http://www.hebrewbooks.org/21135 בראשית ב], [http://www.hebrewbooks.org/21112 שמות א], [http://www.hebrewbooks.org/22459 שמות ב], [http://www.hebrewbooks.org/20388 ויקרא במדבר דברים] | ||
שורה 89: | שורה 88: | ||
* [http://www.hebrewbooks.org/3798 מגלת סתרים] | * [http://www.hebrewbooks.org/3798 מגלת סתרים] | ||
* [[s:היכל הברכה|היכל הברכה]] אויף [[חמשה חומשי תורה]] אויף ויקיטקסט זייטל | * [[s:היכל הברכה|היכל הברכה]] אויף [[חמשה חומשי תורה]] אויף ויקיטקסט זייטל | ||
== נאטיצן == | |||
{{ביאורים}} | |||
== רעפערענצן == | == רעפערענצן == |
רעוויזיע פון 09:25, 28 אפריל 2023
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:אישיות רבנית
פאראמעטער [ חסידות, פאריגער, עיקר חיבור, הויף ארט, נאכפאלגער, נומער אין דינאסטיע ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
געבורט | כ"ה שבט ה'תקס"ו |
---|---|
פטירה |
י' אייר ה'תרל"ד (אלט: 68) קאמארנא, גאליציע, עסטרייכער אימפעריע (היינט אוקריינע) |
מקום קבורה | קאמארנא, גאליציע |
תקופת הפעילות | כ"א אב ה'תקע"ח – י' אייר ה'תרל"ד (55 יאָרן) |
רבי'ס | רבי צבי הירש פון זידיטשוב; רבי אברהם יהושע העשיל (אפטא) |
ספרים | חומש היכל הברכה; נוצר חסד; אוצר החיים און נאך |
ווייב | מרת גיטל טאכטער פון רבי אברהם מרדכי פון פינטשאוו |
קינדער | רבי אליעזר צבי סאפרין |
נוסח פון זיין מציבה
|
---|
כתר תורה
פ”נ י’ אייר תרל”ד אדונינו מורינו ורבינו, רבן של ישראל, מאור הגולה, עמוד הימיני פטיש החזק, מופת הדור, הגאון קדוש אלקי, אספקלריא המאירה, אור מופלא ומכוסה, גאון הגאונים קודש הקדשים, מרא דרזין דנהירין ליה שבילי דרקיע כשבילי דנהר דעה, בוצינא קדישא, חסידא ופרישא, המפורסם בקדושתו וענוות צדקתו, עמוד ברזל, צדיק יסוד עולם, אור שבעת הימים, אוהב ישראל מרן רבינו מוהר”ר יצחק אייזיק יהודה יחיאל זללה”ה בהרב הצדיק הקדוש מו”ה אלכסנדר זללה”ה אב”ד דפה ת.נ.צ.ב.ה. |
רבי יצחק אייזיק יהודה יחיאל סאפרין (כ"ה שבט ה'תקס"ו, 1806 - י' אייר ה'תרל"ד, 1874) איז געווען דער צווייטער רבי פון די קאמארנא דינאַסטיע.
ביאגראפיע
געבוירן אום כ"ה שבט ה'תקס"ו צו רבי אלכסנדר סענדער אייכנשטיין, רב אין זידיטשוב און אין קאמארנא. אין עלטער פון צוועלף יאר איז זיין פאטער אוועק, און ער איז אויפגעוואקסן ביי זיין פעטער רבי צבי הירש פון זידיטשוב, וועמען ער האט פאררעכנט אלס זיין רבי מובהק. אין יאר ה'תקפ"ב האט ער געהייראט גיטל, א טאכטער פון רבי אברהם מרדכי פון פינטשאוו, און איז געבליבן וואוינען נעבן זיין שווער. מיט דער צייט האט ער אויך אנגעהויבן דארט פירן רעביסטעווע.
א קורצע צייט האט ער געדינט אלס דיין אין זידיטשוב, אבער מען האט אים אראפגעשטעלט פון די רבנות. ער איז געווען דערנידערט, האט געליטן, און אפילו געהונגערט פאַר ברויט. רבי יצחק אייזיק האט געזאגט אז ער האט זוכה געווען צו זיינע מדריגות אלס שכר פאר די רדיפות וואס ער האט אויסגעהאלטן און אנגענומען מיט ליבשאפט און פרייד. שפעטער איז ער אריבער וואוינען אין שטאט וואו זיין טאטע האט געוואוינט, קאמארנא. דארט האט געלעבט ביז סוף ימיו, און ער ווערט פאררופן אויף איר נאמען "רבי אייזיק'ל קאמארנער".
ער איז געווען דער ערשטער זיך צו באנוצן מיט "סאפרין" אלס משפחה נאמען[א] וואס ער האט פארטוישט פון "אייכנשטיין".
זיין זון רבי אליעזר צבי שרייבט אויף אים[1] אז ער איז געווען א גלגול פון דער "ינוקא" וואס ווערט געברענגט אין זוהר. רבי יצחק אייזיק אליינס שרייבט אויף זיך אז ער איז געבוירן אין יאר "משיח בן יוסף".
רבי יצחק אייזיק ווערט פאררעכנט אלס דער דאמינאנטער און צענטראלער רבי אין די געשיכטע פון קאמארנא. ער איז געווען באקאנט אלס א בעל מופת, און איז געווען אן אדמו"ר פאר טויזנטער חסידים[2]. ער איז געווען א פרוכטבארער מחבר אין אלע חלקי התורה און בעיקר אין תורת הקבלה, און איז געווארן אנגערופן מיטן טיטל "שר בית הזוהר"[מקור פארלאנגט: וועלכער גדול האט אים אזוי גערופן? אדער כאטש אן אלגעמיינע מקור פון נאנט צו זיין תקופה]. רבי אייזיק'ל איז באקאנט מיט זיינע אריגינעלע פסקים אין הלכה.
זיינע רביס זענען געווען זיין פעטער רבי צבי הירש פון זידיטשוב און רבי אברהם יהושע העשיל (אפטא), און איז אויך אסאך געפארן צו אנדערע צדיקים. ער האט זיך געהאלטן כמעט פאר א דירעקטער תלמיד פונעם בעל שם טוב, כאטש ער איז געווען עטליכע דורות נאך אים, און האט אסאך געהארעוועט צו אויסטייטשן זיין תורה. אין זיינע ספרים האָט ער פאַראייביגט אַסאך דערציילונגען פון די תלמידי בעש"ט[2].
נאך זיין פטירה האט זיין זון, רבי אליעזר צבי סאפרין, איבערגענומען זיין פלאץ.
קינדער
- זיין טאכטער הינדא שרה, חתונה געהאט צו רבי מנשה יעקב קלינבערג, גרינדער פון זאלאשיץ דינאַסטיע
- זיין זון רבי אלכסנדר סענדער סאפרין, נפטר נאך אין לעבן פון זיין טאטע
- זיין זון רבי אליעזר צבי סאפרין פון קאמארנא
זיינע ספרים
זיין הויפט לעבנס ווערק האט ער געזען אין שרייבן זיינע פילע ספרים, אין וועלכע ער האט צוזאמגעשטעלט קבלת האר"י מיט תורת הבעל שם טוב. צווישן זיי:
- היכל הברכה - אויף חמשה חומשי תורה, וואו ער שטעלט זיך שטארק צו ערקלערן די מסורה
- אוצר החיים - פירוש אויף תרי"ג מצוות על דרך הפרד"ס (געדרוקט אין חומש היכל הברכה)
- כתם אופיר - פירוש אויף מגילת אסתר (געדרוקט אין חומש היכל הברכה, ספר שמות)
- זוהר חי - פירוש אויף ספר הזוהר לויט קבלת האר"י און תורת הבעש"ט
- נתיב מצוותיך - הקדמה צו ספר 'אוצר החיים'
- נוצר חסד - פירוש אויף מסכת אבות
- אדם ישר - תפילות און סגולות געראטעוועט צו ווערן פון מגיפה
- דרך אמונה - "דברים הנצרכים לתורה ולעבודה" (געדרוקט אין חומש היכל הברכה סוף פרשת בראשית)
אזוי אויך האט ער געשריבן א צאל ספרים אין תורת הנגלה און הלכה, ווי פאלגנד:
- עצי עדן, מעשה ארג, און פני זקן - פירוש אויף משניות
- עשירית האיפה - פירוש אויף תורת כהנים
- פני זקן - פירוש אויף תלמוד ירושלמי מסכת שקלים
- נדבת פי - פירוש אויף מסכת קינים, מיט הערות אויף זיינע אויבנדערמאנטע ספרים 'פני זקן' און 'עשירית האיפה'
- שולחן הטהור - אויף סדר ההלכות אין שולחן ערוך
באזונדער איז זיין ספר מגילת סתרים וואס פארמאגט צוויי חלקים: דער ערשטער חלק איז "ספר החזיונות", וואס איז ווי א טאג-בוך פון חלומות און אנדערע מעשיות לויט די דאטומען. דערין רעדט ער אויך אסאך ארום איבער שורשי הנשמות (בעיקר פון אים און זיינע ארומיגע). דער צווייטער חלק איז "מעשה השם", וואס אנטהאלט מעשיות אויף דער בעש"ט, וואס רוב פון זיי האט ער געהערט פון זיין שווער.
ביז ארום ה'תש"ד איז דער ספר נישט געווען צו געפונען, עס איז נאר אריבער אין כתב יד צווישן אן ענגע צאל קאמארנער חסידים. אין ה'תש"ד איז עס צום ערשטן מאל געדרוקט געווארן דורך מוסד הרב קוק[3].
ליינט מער
- ברוך ישר (שליכטער), בית קומרנה, ירושלים תשכ"ה
- רבי ישראל פרנקפורטר, שלשלת קאמארנא, ירושלים תשס"ה
דרויסנדע לינקס
- דער ציון אין קאמארנא, אויף "אהלי צדיקים" זייטל
- רון וקס, דער באנוץ פון יחודים ביי רבי יצחק יהודה יחיאל סאפרין פון קאמארנא, אויף "דעת"
- יעקב מאיר, לעקציע אויף פני זקן, ביי א צאמקום אין בר-אילן אוניווערסיטעט
- א ברייטער באשרייבונג אויף "קברי צדיקים" זייטל
זיינע ספרים אויף היברובוקס זייטל
- היכל הברכה (ואוצר החיים) - בראשית, שמות, ויקרא, במדבר, דברים
- זוהר חי - בראשית א, בראשית ב, שמות א, שמות ב, ויקרא במדבר דברים
- אדם ישר
- פני זקן אויף ירושלמי שקלים
- שולחן הטהור א, ב
- עשירית האיפה אויף תורת כהנים
- מגלת סתרים
- היכל הברכה אויף חמשה חומשי תורה אויף ויקיטקסט זייטל
נאטיצן
- ↑ אויפן נאמען פון די שטאט פון זיין זיידן רבי יצחק אייזיק פון סאפרין
רעפערענצן
- ↑ "זוהר חי", הקדמה
- ↑ 2.0 2.1 יצחק אלפסי, החסידות.
- ↑
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:אוצר החכמה
פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
ליידיגע פאראמעטער [ 5 ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע מגילת סתרים
קאטעגאריע:אדמו"רי קומרנה
קאטעגאריע:רבנים גליציאנים
קאטעגאריע:קומרנה: רבנים
קאטעגאריע:רבנים מקובלים
קאטעגאריע:פרשני מגילת אסתר
קאטעגאריע:פרשני ספר הזוהר
קאטעגאריע:המכלול: ערכים הנכללים בזים תורני
קאטעגאריע:פרשני התפילה
קאטעגאריע:פרשני התלמוד הירושלמי
[[{{{1}}}|ו{{{1}}}]]