אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי שלמה גאנצפריד"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (החלפת טקסט – "|refs" ב־"|הערות")
ק (הוספת קישור בינוויקי he:שלמה גאנצפריד)
 
שורה 28: שורה 28:
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]]  
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]]  
{{קרד/ויקי/יידיש}}
{{קרד/ויקי/יידיש}}
[[he:שלמה גאנצפריד]]

יעצטיגע רעוויזיע זינט 19:56, 20 אפריל 2023

הרב שלמה גאנצפריד

רבי שלמה בן יוסף גאנצפריד (ה'תקס"ד - כ"ח תמוז ה'תרמ"ו) איז געווען ראש בית דין אין אונגוואר און דער מחבר פון קיצור שלחן ערוך און נאך ספרים.

לעבנסגעשיכטע

רבי שלמה איז געבוירן אין אונגוואר, אונגארן (היינט אוקראינע) צו זיין פאטער ר' יוסף. ער איז פאר'יתומט פון זיין פאטער ביי אכט יאר. ער האט געלערנט אין דער ישיבה אין באניהאד. שפעטער איז ער צוריקגעקומען קיין אונגוואר און געווארן א סוחר.[1]

ער האט מחבר געווען חשובע ספרים. זיין ערשטע ספר, 'קסת הסופר', אויף הלכות כתיבת סת"ם איז פארעפנטליכט געווארן אין תקצ"ד, מיט הגהות פונעם חתם סופר. און תר"ג האט דאס שטעטל ברעזעוויץ (היינט סלאוואקיי) אים אויפגענומען אלס רב. אין תר"י איז ער צוריק קיין אונגוואר וואו מ'האט אים אויפגענומען אלס ראש בית דין.[1]

ער איז מערסט באוואוסט פאר זיין "קיצור שלחן ערוך", וואס אנטהאלט רוב פראקטישע הלכות, בעיקר שלחן ערוך "אורח חיים" און טייל פון אנדערע חלקים אין שלחן ערוך. אויך האט ער געשריבן "לחם ושמלה" אויף הלכות נדה, טבילה און מקוואות.

זיינע ספרים

  • קסת הסופר (תרצ"ד)
  • פני שלמה (תר"ו) (אויף מסכתות בבא קמא און בבא מציעא)
  • תורת זבח (תר"ט) (אויף הלכות שחיטה ובדיקה)
  • לחם ושמלה (תרמ"א)
  • אפריון (עה"ת) (תרס"ו)
  • אהלי שם (תרל"א)
  • קיצור שלחן ערוך (תרס"ד)

רעפערענצן

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!