אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:זיידל ראוונער"
ק (החלפת טקסט – " יידן" ב־" אידן") |
ק (הוספת קישור בינוויקי he:זיידל רובנר) |
||
שורה 31: | שורה 31: | ||
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]] | [[קאטעגאריע:אויף יידיש]] | ||
{{קרד/ויקי/יידיש}} | {{קרד/ויקי/יידיש}} | ||
[[he:זיידל רובנר]] |
רעוויזיע פון 14:23, 20 אפריל 2023
זיידל ראוונער (ה'תרט"ו, ראדאמישל - ניסן ה'תש"ג; זיין ריכטיגער נאמען איז געווען יעקב שמואל מאַראַגאווסקי) איז געווען א חזן און א קאמפאזיטאר. מען האט אים גערופן זיידל ווייל ער האט שטארק געענדלט אין זיין זיידע, און ראוונער ווייל ער איז געווען חזן אין דער שטאט ראוונע, וואהלין.
זיידל איז געווען דער רבי פון אלע גרויסע חזנים פונעם דור פון פארן קריג. ער איז געווען א געוואלדיגער קאמפאזיטאר, א חד בדרא אין שיינע לאנגע קאמפאזיציעס.
ביי די זעכצן יאר האט ער חתונה געהאט. זיי האבן געהאט א זון און א טאכטער, און געלעבט צוזאמען ביז איר פטירה אין תרצ"ט. ער איז געווארן א מעל סוחר. אבער ער איז געווען א מאקאראווער חסיד, און אויפן באפעל פון זיין רבי'ן איז ער קעגן זיין ווילן געווארן א חזן.
זיין ערשטע קאמפאזיציע איז געווען "תתברך לנצח" אין תרל"ד.
זיין ערשטע שטעלע איז געווען אין זאסלאוו, וואו ער האט געדאווענט די ערשטע תפילה "יום כפור קטן" ערב ר"ח אלול תרמ"א. אויף ראש השנה תרמ"ג איז ער שוין געווען דער שטאטס חזן אין ראוונע. דעמאלסט האט ער אנגעהויבן א רייע קאמפאזיציעס, צווישו זיי די בארימטע "אמת ואמונה". פון תרנ"ו ביז תרס"ג איז ער געווען חזן אין בערדיטשעוו. אין תרס"ג איז ער געווארן חזן פון דער מחזיקי הדת קהילה אין לאנדאן, וואו ער איז געבליבן איין יאר. דערנאך איז ער אויפגענומען געווארן חזן אין לעמבערג, גאליציע, אויף זיבן יאר. אין תרע"א איז ער צוריק געווארן חזן אין ראוונע. נאך דריי יאר האט ער זיך געצויגן קיין ניו יארק.
סוף ימיו האט ער געוואוינט אין אמעריקע, און געגרינדעט א ביהמ"ד אין ניו יארק מיטן נאמען "בית יעקב".
ער האט מאריך ימים געווען, און דערלעבט א גוטן עלטער. ער איז געשטארבן אין יאר תש"ג אין עלטער פון זיבן און אכציג יאר.
צווישן זיינע תלמידים זענען געווען די חזנים דוד רויטמאן און מרדכי הערשמאן.
וועבלינקען
מקורות
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!