אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:לאווינע"
ק (החלפת טקסט – "לעכע" ב־"ליכע") |
ק (הוספת קישור בינוויקי he:מפולת שלגים) |
||
שורה 22: | שורה 22: | ||
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]] | [[קאטעגאריע:אויף יידיש]] | ||
{{קרד/ויקי/יידיש}} | {{קרד/ויקי/יידיש}} | ||
[[he:מפולת שלגים]] |
רעוויזיע פון 14:04, 20 אפריל 2023
א לאַווינע איז א גרויסע מאסע פון שניי אדער אייז וואס פאלט גיך אראפ א בארג. נאכדעם ווען א לאווינע האט שוין אנגעהויבן קען זי ווערן גאנץ גיך און וואקסן גאר גרויס. טאמער עס מישט זיך אריין לופט אין דער לאווינע ווערט זי א שטויב לאווינע. לאווינעס פאסירן מערסטן אין ווינטער און פרילינג, און זיי זענען א גרויסע סכנה צו לעבן און פארמעגן אויף בערג.
עטימאלאגיע
דאס ווארט לאווינע שטאמט פון לאטיין labina (ריטשן).
קלאסיפיקאציע
לאווינעס הייבן אן מערסנט ביי א שטורעם ווען אסאך שניי פאלט. די צווייטע סיבה איז ווען די שניי ענדערט זיך, למשל ווען ער הייבט אן שמעלצן פון דער זון. אחוץ דעם קען א לאווינע אנהייבן צוליב רעגן, ערדציטערנישן, אייזפאל און שטיינפאל. טאמער א שטייפע פלאטע פון שניי ליגט איבער א שוואכער שיכטע, קען אנהייבן א לאווינע מיט טויזנטער קובישע מעטער שניי.
לויזער שניי לאווינעס
א לויזער שניי לאווינע פאסירט אויף א שטאציקן בארג ווען דער שניי איז פריש געפאלן, אדער ווען א שטארקע זון מאכט ווייך דעם שניי. די לאווינע הייבט אן אין איין פונקט און ווערט כסדר ברייטער.
פלאטע לאווינעס
א פלאטע לאווינע פאסירט אפט ווען דער שניי איז געשטעלט אויף אן ארט דורכן ווינט. א גרויסע פלאטע שניי ברעכט זיך אפ און פאלט אראפ דעם בארג.
נאטירליכע קאטאסטראפעס | ||
---|---|---|
געאלאגיש | ||
וואסער | ||
וועטער | לאווינעס · קעלט כוואליעס · ציקלאנען · טריקענישן · היץ כוואליעס · שטורעמס | |
פייער | ||
געזונט און קרענקן | ||
קאסמאס |
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!