אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי שמעון לעמבערגער"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (החלפת טקסט – "(הויף)" ב־"(חסידות)")
ק (←‏קינדער: אינערליכע פארבינדונגען)
שורה 14: שורה 14:
*מרת אסתר נחמה, ווייב פון הרב אהרן מענדלסאן, א זון פונעם [[קוממיות]]ער רב, הרב [[בנימין מענדלסאן]].
*מרת אסתר נחמה, ווייב פון הרב אהרן מענדלסאן, א זון פונעם [[קוממיות]]ער רב, הרב [[בנימין מענדלסאן]].
*הרב חיים מנחם מענדיל, איידעם פון רבי יעקב מאסקאוויטש, [[שאץ|שאצער]] רבי.
*הרב חיים מנחם מענדיל, איידעם פון רבי יעקב מאסקאוויטש, [[שאץ|שאצער]] רבי.
*הרב אהרן שמואל, האט געהייראט מרת ליבא נעמי, טאכטער פון הרב מרדכי ברים, זון פון רבי [[אברהם חיים ברים]].
*הרב אהרן שמואל, האט געהייראט מרת ליבא נעמי, טאכטער פון הרב מרדכי ברים, זון פון [[רבי חיים ברים]].
*מרת שרה לאה, ווייב פון הרב [[אהרן מרדכי רוקח]], זון פון רבי [[ישכר דוב רוקח (ב)|ישכר דוב]], [[בעלזא|בעלזער]] רב.
*מרת שרה לאה, ווייב פון הרב [[אהרן מרדכי רוקח]], זון פון רבי [[ישכר דוב רוקח (ב)|ישכר דוב]], [[בעלזא|בעלזער]] רב.
*הרב מרדכי משולם שרגא פייבוש
*הרב מרדכי משולם שרגא פייבוש

רעוויזיע פון 20:27, 20 מערץ 2023

הרב לעמבערגער ביים ציון פונעם תנא רבי יהודה בן בבא אין שפרעם

רבי שמעון לעמבערגער איז דער מאַקאָווער רבי. ער איז א תלמיד פון זיין טאטן רבי משה נתן נטע לעמבערגער בעל "עטרת משה", פון איין זייט פירט ער זיך אויף ווי א גערער חסיד, ער האט זיך אסאך געווייקט ביים גערער רבין דער בית ישראל, אבער ער נאשט און האט זיך געדרייט ביי אלע גדולי ישראל. און ווייסט א וועלט פון חסידות. ער איז אן איידעם ביי הרב אלחנן היילפרין פון לאנדאן.

ער וואוינט אין קרית אתא א שטעטל אין די גלילות פון חיפה וואס האט אמאל אין די נאך צווייטער וועלט מלחמה יארן געדינט אלס א היימישער יישוב פון אונגערישע חרדישע אידן. צוליב די פרנסה מקור אין חיפה וואס איז אן אינדוסטעריעלע שטאט. ער איז פארבליבן דארטן נאכען שטארבן פון זיין פאטער, וואס איז אהין געגאנגען וואוינען אויפן באפעל פון רבי אהרן רוקח פון בעלז, דער חזון איש מיט דער גערער רבי דער בית ישראל.

ער איז א מחותן מיטן בעלזער רבין רבי ישכר דוב רוקח זייענדיג דער שווער פון רבי אהרן מרדכי רוקח דעם רבינס איינציגן קינד.

ער איז באקאנט אלס א גרויסער עובד ה' מיט מסירת נפש און מאדנע פירונגען. ער ווארפט זיך כסדר מיט פאקסן און גייט אנגעטאן צושאלכעט און צוריסן די פיאות און בארד פארקניפט מיט שטיוול אין די גרעסטע היצן און שטענדיג פארטיפט און פארדביקוט און מחשבה און רעדט שנעל.

ער האט א שארפן גוטן קאפ ביי זיינע שלוש סעודות תורות ווארפט ער צוזאם תורות פון סאטמארער רבי'ן רבי יואל טייטלבוים ביז קלויזענבערגער רבי ר' יקותיאל יהודה האלבערשטאם א.ד.ג. און קען נאכזאגן ווערטער מיט א מקור אז ער האט דא געליינט היינט אין דער איד אדער אין המודיע. אזוי איז ער באקאנט אלס א פשטן און גאר אינטערסאנטער פארבן רייכער מענטש.

קינדער

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!