אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "קעווין מעקארטי"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
(אינפאקעסטל)
אין תקציר עריכה
שורה 5: שורה 5:
| מקום פטירה =
| מקום פטירה =
| תמונה = Kevin McCarthy, official portrait, speaker.jpg
| תמונה = Kevin McCarthy, official portrait, speaker.jpg
| כיתוב =
| כיתוב = אפיציעלע בילד, 2023
| שם בשפת המקור = {{משמאל לימין|Kevin McCarthy}}
| שם בשפת המקור = {{משמאל לימין|Kevin McCarthy}}
| שם מלא =
| שם מלא =
| מדינה = [[פאראייניגטע שטאטן]]
| מדינה = [[פאראייניגטע שטאטן]]
| מקום קבורה =
| מקום קבורה =
| מפלגה = {{סמל|המפלגה הרפובליקנית||+}}
| מפלגה = {{סמל|רעפובליקאנער פארטיי||+}}
| תפקיד1 = {{תפקיד מנהיג
| תפקיד1 = {{תפקיד מנהיג
|שם התפקיד=מנהיג המיעוט בבית הנבחרים
|שם התפקיד=מנהיג המיעוט בבית הנבחרים

רעוויזיע פון 02:34, 10 מערץ 2023

קעווין מעקארטי
Kevin McCarthy
אפיציעלע בילד, 2023
אפיציעלע בילד, 2023
געבורט 26 יאנואר 1965 (יארגאנג: 59)
מדינה פאראייניגטע שטאטן
פארטיי Republican Disc.svg רעפובליקאנער פארטיי
ווייב דזשודי מעקארטי
מנהיג המיעוט בבית הנבחרים
3 יאנואר 2019 – 3 יאנואר 2023
מנהיג הרוב בבית הנבחרים של ארצות הברית
1 אויגוסט 20143 יאנואר 2019


פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:פירער פאזיציע

פאראמעטער [ מחוז בחירה ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע

חבר בית הנבחרים של ארצות הברית מטעם מדינת קליפורניה
3 יאנואר 2007 – מכהן
→ ביל טאמאס

קעווין מעקארטי (אין ענגליש: Kevin McCarthy; געבוירן יאנואר 26, 1965) איז אַן אמעריקאנער פּאָליטיקאנט וואס איז דער 55'סטער און יעצטיגער ספּיקער פון די רעפּרעזענטאטן הויז פון די פאראייניגטע שטאטן, דינענדיג זינט יאנואר 7, 2023.[1][2][3] ער איז א מיטגליד פון דער רעפובליקאנער פארטיי, ער האט געדינט אלס הויז מינאָריטעט פירער פון 2019 ביז 2023 און אלס הויז מערהייט פירער פון 2014 ביז 2019 אונטער ספּיקערס דזשאן בעינאר און פּאול רייען. מעקארטי איז אין זיין ניינטער הויז טערמין, און האט פארטרעטן קאליפארניע'ס 22'סטע קאנגרעסיאנאלע דיסטריקט פון 2007 ביז 2013, די 23'סטע דיסטריקט פון 2013 ביז 2023 און ער פארטרעט די 20'סטע דיסטריקט זינט 2023.

ביאגראפיע

מעקארטי איז געבוירן אין בעיקערספיעלד, קאליפארניע. ער איז געגאנגען אין די קאליפארניע סטעיט יוניווערסיטעט אין בעיקערספיעלד, בשעת ער האט געדינט אלס פייערלעשער. מעקארטי איז געווען פארזיצער פון די קאליפארניע פליגל פון די "יונגע רעפובליקאנער" ארגאניזאציע, און די "יונגע רעפובליקאנער נאציאנאלע פעדעראציע". ער איז געווען אַ צוויי-טערמיניגער פארשטייער אין די קאליפארניע סטעיט אַסעמבלי פון 2002 ביז 2006, די לעצטע צוויי יאָר אלס מינאָריטעט פירער. ער איז ערוויילט געווארן צום קאנגרעס אין 2006. מעקארטי איז ערוויילט געווארן צום הויז פירערשאַפט אין זיין צווייטן טערמין אלס רעפובליקאנער טשיף דעפּיוטי וויפּ פון 2009 ביז 2011. ווען רעפובליקאנער האבן גענומען קאנטראל פון די הויז אין 2011, איז ער געווארן מערהייט וויפּ פון 2011 ביז אויגוסט 2014, ווען ער איז ערוויילט געווארן אלס מערהייט פירער צו איבערנעמען דעם ארויסגייענדיגן עריק קאנטאָר, וועלכער האט פארלוירן זיין הויז זיץ אין א פריימערי.[4][5]

נאכדעם וואס רעפובליקאנער האבן פארלוירן די מערהייט אין די 2018 מידטערם וואלן, און ספּיקער פּאול רייען האט רעטייערט, איז מעקארטי ערוויילט געווארן אלס מינאָריטעט פירער אין יאנואר 2019,[6] וואס האט אים געמאכט דער ערשטער רעפובליקאנער פון קאליפארניע צו האַלטן דעם פּאָסטן. מעקארטי איז געווען אַ שטארקע פאַרטיידיגער פונעם געוועזענער פּרעזידענט דאָנאַלד טראמפּ פאַר רוב פון זיין צייט אלס מערהייט פירער און מינאָריטעט פירער. נאָך דזשאָו ביידען האט געוואונען די 2020 פּרעזידענטליכע וואַלן, האט מעקארטי געשטיצט טראמפּ'ס אָפּלייקענונג פון ביידענ'ס זיג און האט אנטייל גענומען אין פרואוון צו איבערקערן די רעזולטאַטן,[7][8] און בשעת ער האט פארדאמט די יאנואר 6 איבערפאל אויפ'ן אמעריקאנער קעפיטאל גלייך דערנאך, און האט באַשולדיגט טראמפּ פאר דעם טומל זאגנדיג אז די 2020 וואלן זענען געווען לעגיטימע,[9][10] האט ער שפעטער צוריקגעצויגן פון די קאמענטארן און זיך אויסגעגליכן מיט טראמפ.

צוויי חדשים נאכדעם וואס רעפובליקאנער האבן באקומען א שמאלע הויז מערהייט אין די 2022 הויז וואלן, איז מעקארטי געווען דער רעפובליקאנער נאמינירטער פאר ספּיקער ווען דער 118'טער קאנגרעס איז פארזאמלט געווארן אין יאנואר 2023. צוליב צעטיילונג אין דער הויז רעפובליקאנער קאנפערענץ, האט ער נישט געקענט געווינען די ספּיקערשאפט ביזן 15'טן שטים צעטל, יאנואר דעם 7'טן יאנואר. עס איז געווען די ערשטע מאל וואס א ספּיקער איז נישט ערוויילט געווארן אויפן ערשטן שטימצעטל זינט 1923, און די לענגסטע וואל-שטימצעטל ספּיקער וואלן זינט 1859.[11][12]

רעפערענצן

מוסטער:קרד/ויקי/אנגלית