אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי ישכר בער פון ראדאשיץ"
ק (בוט העברות האט באוועגט בלאט ישכר בער פון ראדאשיץ צו רוי:ישכר בער פון ראדאשיץ אן לאזן א ווייטערפירונג: סינון) |
ק (החלפת טקסט – "{{חסידות־שטומף}}" ב־"{{שטומף|חסידות}}") |
||
שורה 41: | שורה 41: | ||
[[קאַטעגאָריע:פוילישע אדמורי"ם|באראן, ישכר בער]] | [[קאַטעגאָריע:פוילישע אדמורי"ם|באראן, ישכר בער]] | ||
{{ | {{שטומף|חסידות}} | ||
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]] | [[קאטעגאריע:אויף יידיש]] | ||
{{קרד/ויקי/יידיש}} | {{קרד/ויקי/יידיש}} |
רעוויזיע פון 14:02, 2 מערץ 2023
רבי ישכר בער באַראָן זצ"ל (ה'תקכ"ה - י"ח סיון ה'תר"ג) איז געווען דער ערשטער ראדאשיצער רבי. באקאנט אלס דער סבא קדישא.
אפשטאם
רבי ישכר בער איז געבוירן אין יאר ה'תקכ"ה צו זיין פאטער הרב יצחק, א משמש ביים מעזריטשער מגיד, א זון פון הרב ישכר בער, און צו זיין מוטער מרת מרים א שוועסטער פונעם ראדאשיצער דיין, הר"ר זונדל.
זיינע רביס
רבי ישכר בער איז געווען א תלמיד פון דעם חוזה פון לובלין, דער ייד הקדוש פון פרשיסחא, דער קאזשניצער מגיד און דער אפטער רב נאך זיין חתונה האט רבי ישכר בער געוואוינט אין חמעלניק וואו ער איז געווארן נאנט צו הר"ר אליעזר ליפא (זון פונעם רבי'ן ר' מיילעך).
הסתלקות
רבי ישכר בער איז נפטר געווארן י"ח סיון ה'תר"ג.
פאמיליע
רבי ישכר בער האט געהייראט מרת ביילא א טאכטער פון הרב מרדכי פון חענטשין. זייערע קינדער:
- הרב ישראל יצחק באראן
- הרב מאיר באראן
- מרת רבקה פערל די ווייב פון הרב יצחק פינקלער
- מרת מרים
- די ווייב פון חיים יוסף
תלמידים
- רבי שלמה הכהן ראבינאוויטש, דער "תפארת שלמה" פון ראדאמסק
- רבי נתן דוד שידלאווצער
- רבי אלימלך שפירא פון גראדזשיסק
- רבי דוד'ל קשאנאווער
חסידות
ער האט פארשריבן אלע תורות וואס ער האט געהערט פונעם אפטער רב אין דעם ספר "תורת אמת". צווישן זיינע חסידים איז געווען הר"ר חיים דוד בערנהארד, דער "רבי דאקטאר".
פון זיינע תורות
אויפן פסוק למען ייטב לי בעבורך וחיתה נפשי בגללך (בראשית יב, יג) זאגט רש"י: יתנו לי מתנות זיי וועלן געבן מיר מתנות. איז דאך שווער, צי איז דאס געווען אברהם אבינו'ס ציל אין לעבן צו דערגרייכן מתנות? ס'שטייט דאך ושונא מתנות יחיה (משלי טו, כז)! ענטפערט ר' ישכר בער פון ראדאשיץ, אז דאס איז גאר געווען זיין כוונה. אז די מצרים וועלן געבן מיר מתנות, און איך וועל אפזאגן, דעמאלטס ושונא מתנות יחיה וועל איך לאנג לעבן ווייל איך האב אפגעזאגט די מתנות, וועט טאקע זיין למען ייטב לי בעבורך.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!