אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:גריגארי קאנאוויטש"
ק (בוט העברות האט באוועגט בלאט גריגארי קאנאוויטש צו רוי:גריגארי קאנאוויטש אן לאזן א ווייטערפירונג: סינון) |
ק (אוועקגענומען קאַטעגאָריע:אומבאקוקט דורך HotCat) צייכן: באקוקט |
||
שורה 29: | שורה 29: | ||
[[קאַטעגאָריע:דראמאטורגן]] | [[קאַטעגאָריע:דראמאטורגן]] | ||
[[קאַטעגאָריע:איבערזעצער]] | [[קאַטעגאָריע:איבערזעצער]] | ||
[[קאַטעגאָריע:אויף יידיש]] | [[קאַטעגאָריע:אויף יידיש]] | ||
{{קרד/ויקי/יידיש}} | {{קרד/ויקי/יידיש}} |
רעוויזיע פון 00:00, 3 פעברואר 2023
גריגאָרי קאַנאָוויטש (רוסיש: Григорий Канович, ליטוויש: Grigorijus Kanovičius, העברעיש: גריגורי כנוביץ; דער ארגינעלער נאָמען – יעקב קאַנאָוויטש, געבוירן אין 1929, אינעם שטעטל יאַנאָווע לעבן קאָוונע) איז אַ רוסיש-שפּראַכיקער ייִדישער שרייבער. ער האָט געשריבן אויך אויף ליטוויש.
לעבנסגעשיכטע
גריאָרי קאַנאָוויטש איז געבוירן געוואָרן אין דער משפּחה פון אַ שניידער. אין 1953 האָט ער פאַרענדיקט דעם היסטאָריש-פילאָלאָגישן פאַקולטעט פונעם ווילנער אוניווערסיטעט. גריגאָרי קאַנאָוויטש האָט דעביוטירט אין פּרעסע אין 1949. אין 1955 איז אין ווילנע דערשינען זיין ערשטע לידער-זאַמלונג «Доброе утро» ("גוט מאָרגן"). אָנגעשריבן אַרום דרייסיג פּיעסעס און קינאָ-סצענאַרן, איבערגעזעצט קינסטלערישע פּראָזע פון ליטוויש און פון אידיש אין רוסיש. גריגאָרי קאַנאָוויטשעס אָריגינעלע רוסיש-שפּראַכיקע פּראָזע איז כמעט פולקאם געווידמעט דעם לעבן פונעם ליטווישן אידנטום.
אין 1989 איז גריגאָרי קאַנאָוויטש אויסדערוויילט געוואָרן אַלס פאָלקס-דעפּוטאַט פון פססר. אין דעם זעלבן יאָר איז ער געווען אַ דעלעגאַט אויפן ערשטן צוזאַמענפאָר פונעם וועד פון די ייִדישע קהילות פון פפסר. אין 1989 – 1993 איז גריגאָרי קאַנאָוויטש געשטאַנען בראש פון דער ייִדישער קהילה פון ליטע. אין 1993 איז ער עולה געווען קיין ישראל. ער וואוינט אין בת-ים.
גריגאָרי קאַנאָוויטשעס ביכער זענען דערשינען אין איבערזעצונגען אויף צוועלף שפּראַכן, בתוכם ענגליש, דייטש, העברעיִש, פראַנצויזיש, טשעכיש, פּויליש, אונגאַריש, עספּעראַנטאָ און נאך. אויסצוגן פון זיין ראָמען "פייגל איבערן בית-עלמין" און "באַזונדערע דערציילונגען" זענען פאַרעפנטליכט געוואָרן אין איבערזעצונגען אויף ייִדיש אויף די שפּאַלטן פון "ביראָבידזשאַנער שטערן" און "ירושלימער אַלמאַנאַך".
זיינע ראָמאַנען
- Я смотрю на звезду, Вильнюс, 1959
- Свечи на ветру, Вильнюс, 1979
- Слезы и молитвы дураков, Вильнюс, 1983
- И нет рабам рая, Вильнюс, 1985
- Козленок за два гро¬ша, Вильнюс, 1989
- Улыбнись нам, Господи, Вильнюс, 1989
- Парк забытых евреев, Иерусалим, 1997
- Очарованье сатаны, Иерусалим, 2007
- Местечковый романс, Иерусалим, 2013
וועבלינקען
- וועבזייטל פון גריגאָרי קאַנאָוויטש (רוסיש, ליטוויש און ענגליש)
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!