אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי גרשון לאפיאן"
אין תקציר עריכה |
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע) |
רעוויזיע פון 09:54, 22 נאוועמבער 2022
הרב גרשון לאפיאן (תרצ"ט - כ"ט שבט תשע"ד) איז געווען א רב אין עדזשווער, לאנדאן און א דיין אין דער פעדעריישן קהילה. ער איז געווען א זון פון רבי לייב לאפיאן, א ראש ישיבה אין גייטסהעד, און אן אייניקל פון רבי אליהו לאפיאן.
ביאגראפיע
הרב גרשון איז געבוירן געווארן אין פארטסמוט, ענגלאנד, דער עלטסטער פון אכט קינדער פון זיינע עלטערן, הרב לייב לאפיאן (תר"ע - תשל"ט) און מרת ציפא (תרע"ו - כ' אב תשס"ה), טאכטער פון ר' חיים משה לעווי. אין תש"ב האט די משפחה זיך געצויגן קיין גייטסהעד וואו זיין פאטער איז געווארן א גרינדער מיטגליד אינעם נייעם כולל. אין תש"ד האט מען באשטימט רבי לייב א ראש ישיבה פון דער גייטסהעדער ישיבה. רבי גרשון האט געלערנט אין דער ישיבה ביי זיין פאטער.
ביי דער עלטער פון 21 האט ער אנגעהויבן לערנען אין דער ישיבה אין כפר חסידים, וואו זיין זיידער רבי אליה איז געווען משגיח. נאכהער האט ער געלערנט אין דער חברון ישיבה אין ירושלים. ביי די 24 איז ער געווארן איינער פון די געציילטע מענטשן צו באקומען היתר הוראה פון רבי שלמה זלמן אויערבאך. ווען מען האט אויפגעשטעלט דעם סונדערלאנדער כולל איז ער אריבער דארטן און געבליבן לערנען אין כולל מער ווי צען יאר. ער האט געהייראט זיין פרוי יהודית, א טאכטער פון דאקטער יצחק סאבערסקי פון בערלין און לאנדאן. במשך א לענגערער צייט פלעג א פארן קיין לאנדאן צו באקומען שימוש ביים רב, הרב חנוך העניך פאדווא. אין תשל"ג איז ער געפארן קיין ניו יארק אויף פינף חדשים צו באקומען שימוש ביי הרב משה פיינשטיין.
אין תשל"ד האט מען אים באשטימט רב פון דער ישורן שול אין עדזשווער. א קורצע צייט שפעטער האט מען אים באשטימט א דיין אויפן בית דין פון דער פעדעריישן קהילה.
ער האט עוסק געווען בויען די ערשטע מקווה טהרה אין עדזשווער.
מוצאי שבת פ' יתרו תשע"ד איז ער געווען דער ערע־גאסט ביי דער ערשטער מלווה מלכה געלטזאמלונג פונקציע פונעם עדזשווער כולל.
ער איז נפטר געווארן כ"ט שבט תשע"ד.