אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:גלעד צוקערמאן"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
אין תקציר עריכה
 
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)
(קיין אונטערשייד)

רעוויזיע פון 09:53, 22 נאוועמבער 2022

גלעד צוקערמאן


פראָפעסאָר גלעד צוקערמאַן (געבוירן דעם 1טן יוני 1971 אין תל אביב), DPhil (אוניווערסיטעט פון אקספארד), PhD (אוניווערסיטעט פון קעמברידזש)[1][2][3][4], איז א באקאנטער ישראלישער קאנטאקט-לינגוויסט און מומחה אויף דער יידישער און העברעישער שפראך, קולטור און אידענטיטעט. ער פֿאַרנעמט זיך מיט וויכטיקע פֿאָרשונגען אויפֿן געביט פֿון שפּראַך־אויפֿלעבונג.[5] ער לערנט אין אַדעלאַידער אוניווערסיטעט אין אויסטראליע און האט פריער געלערנט אין ענגלאנד, אמעריקע, כינע, ישראל, סלאוואקיי און סינגאפור.[6][7][8][9] זיינע פובליקאציעס - אויף יידיש, ענגליש, העברעיש, איטאליעניש, שפאניש, דייטש, רוסיש און כינעזיש - נעמען אריין ביכער ווי ישראלית, שפה יפה (עם עובֿד, תּל־אָבֿיבֿ, 2008), Revivalistics: From the Genesis of Israeli to Language Reclamation in Australia and Beyond (רעוויוואַליסטיק), Oxford University Press (2020)[5] און שפראכקאנטאקט און לעקסישע בארייכערונג אין ישראלישן העברעיש (Language Contact and Lexical Enrichment in Israeli Hebrew Palgrave Macmillan, 2003). ער האט שטודירט יידיש אין אקספארד (מיט דוב-בער קערלער), ווילנע (מיט הירשע-דוד קאץ) און תל אביב.

צוקערמאן איז דער פּרעזידענט פֿון דער אויסטראַלישער אַסאָציאַציע פֿאַר ייִדישע שטודיעס.[5]

שיקל פֿישמאַן שרייבט…

שיקל פֿישמאַן דערציילט אַז "צוקערמאַן איז אַ יונגער ישׂראל־געבוירענער לינגוויסט, וואָס נאָך יאָרן פֿאַרברענגען ווי אַן אַסיסטענט־פּראָפֿעסאָר אינעם וועלט־באַרימטן אָקספֿאָרד־אוניווערסיטעט, געפֿינט ער זיך איצט ווי אַן אַסאָציִיִר־פּראָפֿעסאָר אין קווינסלאַנד־אוניווערסיטעט אין דער ווײַטער אויסטראַליע. בינו־לבינו איז ער געוואָרן דער מומחה פֿון "ישׂראליש" (ישׂראלית: Israeli), דער הײַנטיקער גערעדטער און, וואָס ווײַטער אַלץ אָפֿטער, אויך געוויינטלעך־געשריבענער עבֿרית. פֿונעם שלל אַרבעטן [...] איז מיר באַלד קלאָר געוואָרן, אַז צוקערמאַן קען זייער גוט ייִדיש (ווײַל אָן ייִדיש קען מען די אמתע סטרוקטור פֿון ישׂראליש ניט תּופֿס זײַן, נאָר זײַנס אַן אַרבעט ממש געשריבן אויף ייִדיש איז מיר קיין מאָל פֿריִער ניט אויסגעקומען צו לייענען. זײַנע מסקנות און אויספֿירן זענען מיר שוין געווען קלאָר פֿון אַזעלכע גרונטאָוונע ווערק זײַנע ווי Language Contact and Lexical Enrichment in Israeli Hebrew 2003 און זײַן "ישׂראלית, שׂפֿה יפֿה", וואָס דער פּאָפּולערער תּל־אָבֿיבֿער פֿאַרלאַג "עם עובֿד" האָט ערשט הײַיאָר אַרויסגעגעבן." [10]

"ווי זאָגט דאָס צוקערמאַן אויף זײַן אַקאַדעמיש־אינטעליגענטן אופֿן?: "אונדזער וועלט ווערט וואָס אַ מאָל מער ענלעך אויף אַ גלאָבאַל שטעטל... טאַקע דערפֿאַר איז עס אַזוי וויכטיק הײַנט צו טאָג צו פֿאָרשן שפּראַך־קאָנטאַקטן בכלל און ייִדיש בפֿרט". אָט דער צוגאַנג, וואָס פֿאַרבינדט ייִדיש מיט די סאַמע נײַסטע און פֿאַרשפּרייטסטע אַנטוויקלונגען אין דער גאָרער וועלט (און אין דער וועלט פֿון לשון־קודש בתוכם), דערמאָנט זייער און איז ממשיך די פּיאָנערישע אַרבעט פֿון אוריאל ווײַנרײַכס באמת גרויס ווערק Languages in Contact 1953"

ישראליש

די הײַנטיקע שפּראַך פֿון מדינת־ישׂראל דאַרף הייסן, לויט אים, נישט העברעיִש, נאָר ישׂראליש.[5] צוקערמאן טענהט אז "ישראליש" (מאדערנע העברעאיש) איז אן אייראזישע פילשיכטיקע שמעלצשפראך, איינצייטיק סעמיטיש און אייראפאיש. ער טענהט אז ישראליש נעמט אריין דאס העברעיש אבער אויך דאס מאמע-לשון, יידיש, פלוס אנדערע שפראכן.[11] אַ טייל זײַנע קאָלעגן באַטראַכטן זײַן חידוש ווי אַ פּאָליטישע פּראָוואָקאַציע; אַנדערע, בתוכם פּראָפֿ׳ הירשע דוד קאץ, זענען בפֿירוש מסכּים מיט צוקערמאַנען.[5]

באַרנגאַרלאַ

אין זײַן שטודיע וועגן דעם אויסטראַלישן שפּראַך־אויפֿלעב פֿאָקוסירט זיך צוקערמאַן אויף דער שפּראַך באַרנגאַרלאַ. כּדי זי אָפּצוראַטעווען, באַנוצן זיך אַ טייל באַרנגאַרלאַ־אַקטיוויסטן ממש מיט די זעלבע, אָדער מיט ענלעכע אַרגומענטן, ווי די העברעיִסטן פֿון 100 יאָר צוריק.[5] די לעצטע נאַטירלעכע רעדער פֿון לשון־באַרנגאַרלאַ זענען געשטאָרבן אין די 1960ער. עס זענען אָבער געבליבן ביכער אויף דער שפּראַך. אין 2011, ווען צוקערמאַן האָט זיך באַקענט מיט די באַרנגאַרלער, האָט ער זיי פֿאָרגעלייגט אויפֿצולעבן זייער לשון. דאָס אַלטע פֿאָלק האָט אויפֿגענומען דעם געדאַנק מיט גרויס התפּעלות און זיך גענומען לערנען די שפּראַך; איצט קאָן מען עס טאָן אויך מיט דער הילף פֿון אַ קאָמפּיוטער־פּראָגראַם.[5]

פובליקאציעס

ביכער

ארטיקלען

פילמען

וועבלינקען

רעפערענצן

  1. Vivid Sydney (Light, Music and Ideas), Speaker: Prof. Ghil'ad Zuckermann.
  2. edX, Professor Ghil'ad Zuckermann.
  3. Adelaide Festival of Ideas, Professor Ghil'ad Zuckermann.
  4. Starting from scratch: Aboriginal group reclaims lost language, With the help of a linguistics professor, Barngarla, which has not been spoken for 60 years, is being pieced together, Al Jazeera, John Power, 29.6.2018.
  5. 5.0 5.1 5.2 5.3 5.4 5.5 5.6 5.7 "פּראָפֿעסאָר פֿאַרגלײַכט העברעיִש מיט דער אַבאָריגענישער שפּראַך באַרנגאַרלאַ", פֿון יואל מאַטוועיעוו, פארווערטס, דעצעמבער 30, 2020.
  6. Voices of the land, In Port Augusta, an Israeli linguist is helping the Barngarla people reclaim their language / Anna Goldsworthy, The Monthly, September 2014.
  7. Meet Ghil'ad Zuckermann, master of 11 languages, Pedestrian TV.
  8. Il Papa, Netanyahu e la lingua di Gesù, La Repubblica, Reuters, 28.5.2014.
  9. Ghil’ad’s Indigenous language game changer, Shane Desiatnik, AJN, 12 de Luglio 2018.
  10. "אַ פּנים־חדשות: אַ יונגער קענער פֿון ייִדיש און פֿון 'ישׂראליש'", פֿון שיקל פֿישמאַן (ניו־יאָרק), ספּעציעל פֿאַרן פֿאָרװערטס, דעצעמבער 5, 2008.
  11. "די ישראלדיקע שפראך: העברעיש לעבט ווידער, יידיש לעבט ווייטער", פֿון גלעד צוקערמאן, אויפן שוועל נ' 337 (2007).