אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי ישראל אלימלך אונגער"
ק (עברי אנכי האט באוועגט בלאט ישראל אלימלך אונגאר צו רבי ישראל אלימלך אונגאר) |
ק (בוט העברות האט באוועגט בלאט רבי ישראל אלימלך אונגאר צו רוי:רבי ישראל אלימלך אונגאר אן לאזן א ווייטערפירונג: סינון) |
(קיין אונטערשייד)
|
רעוויזיע פון 09:26, 9 יאנואר 2023
רבי ישראל אלימלך אונגאר זצ"ל (ה'תק"ף – ז' אלול ה'תרכ"ז), רב אין זשאבנא.
אפשטאם
רבי ישראל אלימלך איז געבוירן און יאר ה'תק"ף (אומגעפער), צו זיין פאטער הרב יוסף אונגאר, רב אין דאמבראווא, א זון פון הרב מרדכי דוד אונגאר, רב אין דאמבראווא. און צו זיין מוטער א טאכטער פון הרב משה אליקים בריעה פון קאזשניץ.
רבנות
רבי ישראל אלימלך איז געווען דער ממלא מקום פון פאטער, רב אין דאמבראווא, ער האט זיך אריבער געצויגען קיין זשאבנא, דער צאנזער רב האט אים באפוילן צו נעמען קוויטלעך.
הסתלקות
רבי ישראל אלימלך איז אוועק זייער יונג באלד נאך זיין פאטער'ס פטירה, ז' אלול ה'תרכ"ז.
פאמיליע
רבי ישראל אלימלך האט געהייראט מרת מאטיל א טאכטער פון הרב יחיאל קאריצער, א זון פון הרב שמואל קאריצער, אן איידעם פון חוזה פון לובלין. זייערע קינדער:
- הרב יעקב יצחק אונגאר (ה'תקצ"ח – ה'תרנ"ב), ממלא מקום פון פאטער, רב אין זשאבנא. ער האט געהייראט מרת חנה א טאכטער פון הרב מאיר הורוויץ, דער אמרי נועם.
- הרב משה אליקים בריעה אונגאר (ה'תרי"ג – י"ח תשרי ה'תרנ"ח), ממלא מקום פון פאטער, רב אין דאמבראווא. ער האט געהייראט בזיווג ראשון מרת רבקה א טאכטער פון הרב אברהם הורוויץ, רב אין שענדישוב. בזיווג שני האט ער געהייראט איר שוועסטער מרת חיה.
- הרב מרדכי דוד אונגאר (ה'תרי"ח – ה'תרע"ו), פון צאנז. ער האט געהייראט מרת שיינדיל א טאכטער פון זיין עלטער-פעטער הרב משה אונגאר.
- מרת מושקיט די ווייב פון הרב משה האלבערשטאם (ה'ת"ר (אומגעפער) - ה' אדר ה'תרע"ה), רב אין קשאנאוו, א זון פון הרב דוד האלבערשטאם, דער קשאנאווער רב.
- מרת שיינדיל, די ווייב פון הרב מאיר מאסקאוויטש (ה'תר"ה (אומגעפער) - כ"א חשוון ה'תרע"ה), פון זבורוב און שאץ, אן אייניקל פון רבי מאיר פון פרימישלאן
רעפערענצן
- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!