אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:שער מאשין"
ק (אוועקגענומען קאַטעגאָריע:אומבאקוקט דורך HotCat) צייכן: באקוקט |
ק (בוט העברות האט באוועגט בלאט שער מאשין צו רוי:שער מאשין אן לאזן א ווייטערפירונג: סינון) |
(קיין אונטערשייד)
|
רעוויזיע פון 00:51, 9 יאנואר 2023
א שער מאשין איז געאייגענט אפצושערן האר, אויף א לייכטע און אומווייטאגליכער שטייגער.
עס ווערט מיינסטענס גענוצט פאר די האר פון קאפ, בארד, וואנצעס. אבער פאר'ן גאנצן קערפער נוצט מען געווענליך א ראזירער, ווייל ס'איז נאך מער לייכטער ווי א שער מאשין.
א שער-מאשין קען נישט שעדיגן אין קיין שום פאל, לויט'ן שטייגער וויאזוי די שנייד מעסערלעך זענען אויסגעשטעלט. און מ'קען אנשטעלן דעם מאשין אז ס'זאל שערן אויף א ספעציפישע מאס ציפער, לויט ווי נאנט צום הויט מ'וויל שערן די האר. אויף א מילימעטער אדער 'דרייפאכיג נול', ביז נאר-וואס גלאט.
א געווענליכע שער מאשין ווערט גענוצט אויך אפצושערן אנדערע בעלי חיים אויף א היימליכער שטייגער. אויך פאר קליידער, נוצן מאנכע א שער-מאשין, אראפצונעמען צעקראכענע פעדימער.
אמאל ווען ס'נאכנישט געווען קיין עלעקטריע און מעכאניק, האט מען אפערירט א שער-געצייג מיט צוויי שערל'ן און א ספרונזשינע. היינט זענען פארהאנען שער מאשינדלעך, מיט א דראט און שטעקער, וואס מ'שטעקט איין אינעם עלעקטריק קעסטל אין וואנט. און ס'דא וואס ארבעטן מיט באטעריעס. אדער א ווייערלאזער מאשין וואס מ'ברויך אויפלאדן מיט ענערגיע.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!