אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:פאלם"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (←‏רעפערענצען: טשעקטי און אנדערע רייניגונג, typos fixed: <references/> ← {{רעפערענצן}})
ק (בוט העברות האט באוועגט בלאט פאלם צו רוי:פאלם אן לאזן א ווייטערפירונג: סינון)

רעוויזיע פון 22:19, 8 יאנואר 2023

טעקע:Newpalmlogo L.jpg
דער נייער פאלם לאגא

פאלם איז א פי. די. עי. פאבריצירער, הויפטקוואטירט אין סאניוואל, קאליפארניע וואס גיבט ארויס די פאפולערע פראדוקטען ווי די טריאו סמארטפאון, זייער, טאנגסטאון פי. די. עי. און די לייוו-דרייוו. זייער פריערדיגע פאפולערע פראדוקטען זענען געווען די פאלם פיילעט, פאלם III, פאלם V, פאלם VII. ווייל רוב פון זייערע פראדוקטען ארבייטען מיט די פאלם OS, האבן זיי ארויסגעבן צוויי טריאו'ס וואס ארבייטען מיט ווינדאוס מאביל, און א נייער פראדוקט די פאלם פאליאו וואס ארבייט מיט לינוקס, אויכט האבן זיי אנאנסירט אז זיי וועלן ארויסגעבן בקרוב נייע פי. די. עי.'ס וואס ארבייטן מיט לינוקס וואס זיי האבן מאדיציפירט.


היסטאריע

פאלם איז געגרינדעט געווארן אין 1992 דורך דזשעף האקינס און דאנא דאבינסקי, די שפעטערע אויסטרעפער פון די גאר שטארק פאפולער פאלם פיילעט.

טעקע:Palm Logo 1996-1999.png
פאלם'ס אלטער לאגא אונטער 3Com

אין 1995 זענען זיי אויפגעקויפט געווארן דורך US ראבאטיקעס די פאפולערע מאדעם פאבריצירער, שפעטער אין 1997 האט 3Com אויפגעקויפט US ראבאטיקעס האבן זיי איבערגענומען פאלם.

אין 1998 האבן די גרינדער נישט זיינדיג צופרידען וויאזוי 3Com פירט די קאמפעני, ארויס און געגרינדעט הענדספרינג, וואס האט שפעטער ארויס געגעבן די שטארקע אויפגעכאפטע טריאו.

אינטער 3Com האט פאלם געהאט אירע בעסטע צייטן זי דאן ארויסגעבען די פאלם V וואס איז געווען זייער א שטארקער סוסקעס צוליב איר פיזישער לייכטקייט און גרינגער אפערעיטינג סיסטעם.

אין 2000 האט 3Com געמאכט פאלם פאר אן עקסטערע פאבליק קאמפעני.

טעקע:618px-Palm logo.png
פאלם'ס לאגא 2003

אין 2002 האט פאלם אויפגעשטעלט אן עקסטערע אפטיילונג פאר די "פאלם OS" מיטן נאמען "פאלם סאורס" כדאי ציציען מער קאמפעניס זיך צובאנוצען מיט די "פאלם OS" פאר זייערע אייגענע פראדוקטען, שפעטער האט זיך פאלם אינגאנצן אפטגעטיילט פון פאלם סאורס, דאם האט זיך ארויםגעשטעלט אלס גרויסער מיסטעיק וויבאלד פאלם האט פארלוירן קאנטראל אויף די אפערעיטינג סיסטעם וואס זייער ביזנעם איז געבויעט, אין שפעטער אין 2006 האבן זיך פאלם געבראכן און צום ערשטע מאל ארויס געבען א טריאו וואס ארבייט אויף מייקראסאפט ווינדאוס מאביל, זייער געוועזענער גרעסטער שונא. פאלם האט פראבירט צוריק אויבצוקויפן פאלם סאורס אבער עס איז שוין געווען צו שפעט, די יאפאנעזישער קאמפעני עקסעס, איז געווען גרייט צובאצאלן אסאך מער (פון די עכטע ווערט).

אין 2003 האט פאלם אויבגעקויפט/צוזאמגעשטעלט מיט הענדספרינג, און געטוישט די נאמען צו "פאלם וואן".

טעקע:Palmonesm.jpg
די פאלם וואן לאגא 2004

אין 2005 האט פאלם אויבגעקויפט די פאלם טרעדמארק פון "פאלם סאורס" און צוריק געטוישט זייער נאמען צו "פאלם".

אין סוף 2006 האט פאלם באצאלט 44 מיליאן פאר די רעכטן פון די פאלם OS גארנעט (5) סאורס קאוד, אזוי קען פאלם פאררעכטן די אפערעיטינג סיסטעם וואס רוב פון אירע פראדוקטען ארבייטען אויף דעם.

אין אפריל 2007 האט פאלם אנאנסירט אז זיי ארבייטן שוין א פאר יאר אויף א אייגענע לינוקס מאביל אפערעיטינ סיסטעס, און וועלן עס ארויסגעבן סוף 2007, דאס איז געקומען אלס שטיקל סורפרייז אז פאלם וועט נישט ניצן די לינוקס וועריסע פון די אלטע "פאלם סאורס" נאר ניצן איר אייגענע וועריסע.

אין אפריל 2010 האט היאולעט-פעקערד אפגעקויפט פאלם פאר 1.2 ביליאן [1], וואס איז געצאלט געווארן טייל אין קעש און טייל אין באצאלן אלטע חובות. דאס איז געקומען נאך גאר שוואכע פינאנצען פאר פאלם.

אין פעברואר 2011 האט היאולעט-פעקערד אנאנסירט א נייע טאַבלעט מיטן נאמען טאָטש-פעד[1], וואס איז געצאלט געווארן טייל אין קעש און טייל אין באצאלן אלטע חובות. דאס איז געקומען נאך גאר שוואכע פינאנצען פאר פאלם.

ליסטע פון פי. די. עי.

זע אויכט

דרויסנדיגע לינקן

רעפערענצען

  1. 1.0 1.1 נ.י. טיימס, פאלם אפגעקויפט פאר 1.2 ביליאן ציטירן פאנטשער: אומגילטיגער <ref> טאג; נאמען "brain" דעפינירט מערערע מאל מיט אנדער אינהאלט

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!