אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי עקיבא סופר"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (החלפת טקסט – "{{רב-שטומף}}" ב־"{{שטומף|רבנים}}")
ק (בוט העברות האט באוועגט בלאט עקיבא סופר צו רוי:עקיבא סופר אן לאזן א ווייטערפירונג: סינון)
(קיין אונטערשייד)

רעוויזיע פון 22:12, 8 יאנואר 2023

רבי עקיבא סופר (ה'תרל"ח - ב' כסלו ה'תש"ך) איז געווען דער שטאטס רב אין פרעשבורג און פארזיצער פון דער מועצת גדולי התורה פון אגודת ישראל.

אפשטאם

עקיבא סופר איז געבוירן אין תרל"ח אין פרעשבורג, עסטרייך אונגארישע אימפעריע (היינט בראטיסלאווא, סלאוואקיי) צו זיין פאטער, רבי שמחה בונם סופר, דער "שבט סופר", אב"ד פרעשבורג, א זון פונעם כתב סופר, א זון פונעם חתם סופר.


ער האט חתונה געהאט מיט מרת הינדא שפרינצא, א טאכטער פון ר' יצחק לייב סופר, א זון פונעם כתב סופר.

רבנות

אין תרס"ג איז דער שבט סופר געווארן קראנק, און האט באשטימט זיין זון רבי עקיבא ראש ישיבה אין פרעשבורג. אין תרס"ז, נאך זיין פאטערס פטירה, איז רבי עקיבא געווארן אב"ד פון פרעשבורג. ער האט געהאלטן א קשר מיט די גרויסע פוסקים פון זיין צייט, דער אבני נזר פון סאכאטשאוו, דער בית יצחק און דער מהרש"ם פון ברעזשאן. ער איז געבליבן אין פרעשבורג ביזן אנהייב פון דער צווייטער וועלט מלחמה אין אלול תרצ"ט. דעמאלסט איז ער געפארן קיין ערלוי אויף א באזוך צו זיין פעטער רבי שמעון סופר. ווען ער איז געווען אין ערלוי האט ער געהערט אז דער אנטיסעמיט יאזעף טיסא איז געווארן פרעזידענט פון סלאוואקיי, און ער געבעטן אן עצה ביי זיין פעטער צי ער זאל צוריקפארן קיין פרעשבורג. זיין פעטער האט געענטפערט אז דער חתם סופר, דער כתב סופר און דער שבט סופר האבן אלע געדינט אינעם פרעשבורגער רבנות 33 יאר. און אזוי ווי רבי עקיבא האט אויך שוין געווען רב אין פרעשבורג 33 יאר זאל ער נישט צוריקגיין. נאר ער זאל זיך באזעצן אין ארץ ישראל, און אינצווישנצייט זאל פארברענגען ביי זיינע זין אין דער שווייץ ביז שושן פורים.[1]

זיינע תשובות זענען געדרוקט געווארן נאך זיין פטירה מיטן נאמען "דעת סופר".

רעפערענצן

  1. ציטירן פאנטשער: אומגילטיגער <ref> טעג; קיין טעקסט נישט געשריבן פאַר רעפערענצן מיטן נאָמען המודיע
Maimonides-2.jpg דער ארטיקל בנוגע רבנים איז א שטומף. איר זענט געלאדנט עס צו פארברייטערן.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!