אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:סיגוט"
ק (אוועקגענומען קאַטעגאָריע:אומבאקוקט דורך HotCat) צייכן: באקוקט |
|
(קיין אונטערשייד)
|
רעוויזיע פון 21:45, 8 יאנואר 2023
|
סיגעט (רומעניש: Sighetu Marmaţiei, אוקראיניש: Сигіт, אונגאַריש: Máramarossziget) איז א שטאט אין מארמאראש, צפון זיבנבערגן, היינט אין מאראמאראשער קאנט. (דאס ווארט סיגעט Sziget איז טייטש אינזל אויף אונגאריש.) זי איז געווען אונטער דער הערשאפט פון עסטרייך־אונגארן ביז דער ערשטער וועלט מלחמה. נאכהער איז זי אריבער צו רומעניע, און אין יאר 1940 איז זי אריבערגעפירט צו אונגארן. נאך דער צווייטער וועלט מלחמה איז זי צוריק צו רומענישער הערשאפט.
געאגראפיע
סיגעט איז נישט ווייט פון ספינקא.
דעמאגראפיע
די שטאט האט 44,185 איינוואוינער.[1]
- רומענישע - 79.73%
- אונגארישע - 15.80%
- ראמא - 1.08%
- אוקריינישע - 2.97%
לויטן 1910 צענזוס, האט די שטאט געהאַט 21,370 איינוואוינער; זיי זענען געווען 17,542 (82.1%) אונגאריש רעדער, 2,002 (9.4%) רומעניש, 1,257 (5.9%) דייטשיש, און 32 אוקרייניש רעדער. די צאל אידן איז געווען 7981 (37%); זיי זענען גערעכנט צווישן די אונגאריש און דייטשיש רעדערס.[2]
יידן אין סיגעט
כאטש אידן זענען שוין געווען אין דעם זיבנבערגן פראווינץ זייט דעם יאר 1571, האבן יידישע משפחות נישט געקומען קיין סיגעט ביזן 18טן יארהונדערט. א צענזוס אין 1728 ציילט נאר 4 יידישע משפחות אין דער שטאט. נאר אין יאר 1740 זענען געווען גענוג משפחות אין דער שטאט צו האבן א מניין קבוע. אין 1787 איז די באַפעלקערונג געווען 3,495, צווישן זיי 142 אידן.
אין יאר 1772, ווען מען האט צעטיילט פוילן, זענען געקומען קיין סיגעט אידן פון גאליציע און אין 1807 האט מען אויפגעשטעלט די ערשטע שול אין דער שטאט. אין 1828 זענען די אידן שוין געווען 11% פון דער באפעלקערונג.
אין צווייטן העפט פונעם 19טן יארהונדערט איז די צאל אידן געווען 7,981. נאך דעם איז די צאל געשטיגן ביז 10,609 וואס איז 38% אין יאר 1930. לויט דער ענציקלאפעדיע יודייקא, פאר דער צווייטער וועלט מלחמה, איז די צאל אידן אין סיגעט געווען די העכסטע פון אלע אונגארישע שטעט - 10,144 - 39% רוב פון זיי חרדים.[3]
רבנים פון דער שטאט
סיגעט איז געווען א גרויסער יידישער צענטער, און חשובע רבנים האבן געדינט דארט אלס אב"ד, מיט אן איינפלוס גאנץ ווייט פון דער שטאט.
- רבי צבי בן רבי משה אברהם, ה'תקי"ט - ה'תקל"א
- רבי יהודה כהנא-העללער, ה'תקס"ב - ה'תקע"ט
- רבי מנחם מענדל שטערן, ה'תקע"ט - ה'תקצ"ד
- רבי אלעזר ניסן טייטלבוים, ה'תקצ"ד - ה'ת"ר
- רבי יוסף שטערן, ה'ת"ר - ה'תרי"ח
- רבי יקותיאל יהודה טייטלבוים, ה'תרי"ח - ה'תרמ"ג
- רבי חנניה יו"ט ליפא טייטלבוים, ה'תרמ"ג - ה'תרס"ד
- רבי חיים צבי טייטלבוים, ה'תרס"ד - ה'תרפ"ו
- רבי יקותיאל יהודה טייטלבוים הי"ד, ה'תרפ"ו - ה'תש"ד
- רבי משה טייטלבוים, ה'תש"ו - ה'תש"ז
רעפערענצן
- ספר מארמארוש
- ↑ 2002 צענזוס דאטן
- ↑ Atlas and Gazetteer of Historic Hungary 1914, Talma Kiadó ISBN 963-85683-4-8
- ↑ מקור: וויוויאן קאהן און ספר סיגעט
מאראמאראשער דיסטריקט, רומעניע | ||
---|---|---|
שטעט | ||
שטעטלעך | בארשע · דראַגאמירעשט · אויבער ווישעווע · מאדיאר-לאפאש · סייני … | |
דערפער |
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!