אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:סטויפץ"
ק (בוט העברות האט באוועגט בלאט סטויפץ צו רוי:סטויפץ אן לאזן א ווייטערפירונג: סינון) |
רעוויזיע פון 21:42, 8 יאנואר 2023
|
סטויפץ אדער סטויבץ, אויסגערעדט ליטוויש ווי סטייפץ (בעלאַרוסיש: Стоўбцы, סטויפצי, [ˈstowpt͡sɨ]; רוסיש: Столбцы; פּויליש: Stołpce) איז א שטעטל אין מינסקער גובערניע, בעלארוס, דער אדמיניסטראטיווער צענטער פונעם סטויפצער ראיאן. עס געפינט זיך ביים נעמאן טייך. די באפעלקערונג איז אומגעפער 15,400.
היסטאריע
דאס שטעטל איז געגרינדעט געווארן אין אנהייב פונעם 16טן יארהונדערט. אין 1582 איז סטויפץ אריין אין דער פארמאגערשאפט פון דער ראדזיוויל פאמיליע. דורכאויס א לאנגער צייט איז סטויפץ געווען א אידיש שטעטל, מיט 2,409 יידישע באוואוינער אין 1897, און 2,014 אין 1931.[2]
צווישן די רבנים פון סטויפץ איז געווען הרב יואל סאראצקין (א ברודער פון הרב זלמן סאראצקין).
ביי דער ערשטער וועלט מלחמה איז די מירער ישיבה געווען אין סטויפץ א קורצע צייט; נאכהער האט די ישיבה זיך געצויגן אין פאלטאווע. אויך אין יענע יארן האט הרב אברהם ישעיהו קארעליץ, דער "חזון איש", געוואוינט א שטיק צייט אין סטויפץ.[3][4]
הרב יוסף אליהו הענקין, וואס איז שפעטער געווארן פון די גרעסטע פוסקים אין אמעריקע אין דעם 20סטן יארהונדערט, איז געווען ראש ישיבה אינעם שטעטל.
רעפערענצן
- ↑ Фотодесант высадился в Столбцах (רוסיש)
- ↑ "סטויפץ", אויף "JewishGen" (ענגליש)
- ↑ דער חזון איש
- ↑ חיים גראדע און דער חזון איש
וועבלינקען
וויקימעדיע פונדאציע פּראיעקטן |
---|
בילדער און מידיע אויף וויקימעדיע קאמאנס: סטויפץ |
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!