אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:כרמלית"
ק (החלפת טקסט – "היינטיק" ב־"היינטיג") |
ק (בוט העברות האט באוועגט בלאט כרמלית צו רוי:כרמלית אן לאזן א ווייטערפירונג: סינון) |
רעוויזיע פון 19:20, 8 יאנואר 2023
א כרמלית, אין הלכה, איז איינע פון די פיר רשותן פון שבת. א כרמלית איז אן ארט וואס איז נישט ארומגענומען מיט מחיצות, און איז נישט קיין וועג וואס א רבים גייען אדורך. די אנדערע רשותן פון שבת—רשות היחיד, רשות הרבים און מקום פטור—זענען פון דער תורה, אבער כרמלית איז א רשות דרבנן (וואס חז"ל האבן אוועקגעשטעלט). מן התורה, איז א כרמלית א מקום פטור, אבער די רבנן האבן גע'אסרט טראגן צווישן א כרמלית און א רשות היחיד, ווי אויך צווישן א כרמלית און א רשות הרבים, און אויך אז מ'טאר נישט טראגן עפעס א זאך פיר איילן דארט. היינטיגע צייטן זענען מערסטע אפענע שטחים האבן א דין פון א כרמלית (אחוץ ווען זיי זענען אריינגערעכנט אין אן עירוב).
דאס ווארט כרמלית איז פשט כ-'ארמלית', אזוי ווי אן אלמנה, וואס איז נישט געהייראט און אויך נישט קיין מיידל פאר דער חתונה, אזוי אויך איז א כרמלית נישט קיין רשות הרבים און אויך נישט קיין רשות היחיד.[1]
רעפערענצן
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!