אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:כלאר"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (החלפת טקסט – "ייַ" ב־"יי")
ק (בוט העברות האט באוועגט בלאט כלאר צו רוי:כלאר אן לאזן א ווייטערפירונג: סינון)
(קיין אונטערשייד)

רעוויזיע פון 19:17, 8 יאנואר 2023

Cl-TableImage.svg
געל-גרינער כלאר

כלאר (פון גריכיש χλωρóς העל גרין) איז דער כעמישער עלעמענט מיט סימבאל Cl און אטאם נומער 17. ער איז א האלאגען. אונטער סטאנדארד צימער סביבות עקזיסטירט כלאר אין א צווייאטאמיקער (ענגליש: "diatomic", דייטש: "zweiatomig") פארעם אלס א גאז, דאס הייסט צוויי כלאר אטאמען זענען צוזאמען קאוואלענטגעבונדן. דאס איז אפט געשריבן מיט דעם סימבאל "Cl2". בראשית האט דער דייטשער/שוועדישער כעמיקער קארל ווילהעלם שעלע איזאלירט דעם עלעמענט אין דער גאז פארעם אבער ער האט געטראכט אז דאס וואלט זיין א מישונג פון פארשידענע עלעמענטען. נאר שפעטער האט דער ענגלישער כעמיקער סיר האמפרי דייווי דעם גאז צום ערשטן מאל געגעבן דעם נאמען "Chlorine" (יידיש: "כלאר") אלס אן איינציקער עלעמענט.

כלאר קען מען שמעקן אין א קאנצענטראציע פון ppm ‏3.5 (דריי און אַ האַלב טיילן אין אַ מיליאָן).

אז א כלאר אטאם באקומט נאך אן עלעקטראן הייסט עס דאן א כלאריד יאן אדער אניאן וואס האט דעם סימבאל "-Cl". דאס קען מען מעסטן אין א פרעפאראט אדער מישונג מיט כלארימעטרישער טיטראַציע.

PrirodneNauke.png דער ארטיקל בנוגע וויסנשאפט איז א שטומף. איר זענט געלאדנט עס צו פארברייטערן.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!