אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי יצחק פרידמאן (באיאן)"
ק (קרדיט + קטגוריות) |
ק (בוט העברות האט באוועגט בלאט יצחק פרידמאן (באיאן) צו רוי:יצחק פרידמאן (באיאן) אן לאזן א ווייטערפירונג: סינון) צייכן: באַדייטן-לינקס |
רעוויזיע פון 19:05, 8 יאנואר 2023
רבי יצחק פרידמאן זצ"ל (ב' תשרי ה'תר"י - י"ז אדר ה'תרע"ז), פון באיאן. דער דריטער זון פון סאדיגורער רבי'ן. באקאנט מיטן נאמען דער פחד יצחק, האט געדינט אלס דער ערשטער באיאנער רבי.
אפשטאם
רבי יצחק איז געבוירן אין דעם צווייטן טאג ראש השנה, ב' תשרי ה'תר"י, צו זיין פאטער הרב אברהם יעקב פרידמאן פון סאדיגורא, א זון פון הרב ישראל פרידמאן פון רוזשין, א זון פון הרב שלום שכנא, פון פראהבישטש, א זון פון הרב אברהם המלאך, דער חסד לאברהם, א זון פון הרב דוב בער, דער מעזריטשער מגיד. און צו זיין מוטער מרת מרים, א טאכטער פון הרב אהרן פערלאוו, דער בית אהרן, א זון פון הרב אשר פערלאוו פון קארלין-סטאלין.
רבנות
אין יאר ה'תרמ"ג נאך די פטירה פון זיין פאטער, האט רבי יצחק אנגעהויבן צו פראוון זיין רביסטעווע אין סאדיגורא צוזאמען מיט זיין ברודער רבי ישראל, חשוון ה'תרמ"ז האט רבי יצחק זיך אוועק געצויגן קיין באיאן, דארט האט ער געגרינדערט דעם ביאינער חסידות, וואו טויזענטער חסידים האבן זיך באהאפטן צו אים.
הסתלקות
ביי די ערשטע וועלט קריג איז רבי יצחק אנטלאפן קיין וויען אין איז דארט נפטר געווארן י"ז אדר ה'תרע"ז, און ער ליגט אין וויען.
פאמיליע
רבי יצחק האט געהייראט ט"ו סיון ה'תרכ"ה, מרת מלכה א טאכטער פון הרב יוחנן טווערסקי, פון רחמיסטריווקא ( - ט"ז טבת ה'תרפ"א). זייערע קינדער:
- הרב מנחם נחום פרידמאן (כ"א כסלו ה'תרכ"ט - י"ט מנחם אב ה'תרצ"ט), פון באיאן און טשערנאוויץ.
- הרב ישראל פרידמאן (כ"ד אלול ה'תרל"ח - ל' מנחם אב ה'תשי"א), פון לייפציג.
- מרת מרים ( - ח' ניסן ה'תשט"ז), די ווייב פון הרב דוב בער פרידמאן (ה'תרמ"ב - כ"ד אלול ה'תרצ"ו), פון טשארטקאוו.
- הילדה שרה ( - כ"ט אדר א' ה'תרמ"ט).
זעט אויך
רעפערענצן
- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
- נר ישראל ח"ו בערכו (27)
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!