אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:אלימלך דייטש"
ק (היימישע שפראך, מכלוליזאציע, קאטעגאריע) צייכן: באקוקט |
ק (בוט העברות האט באוועגט בלאט אלימלך דייטש צו רוי:אלימלך דייטש אן לאזן א ווייטערפירונג: סינון) |
רעוויזיע פון 15:18, 8 יאנואר 2023
ר' אלימלך דייטש, איז געווען יארן פון די עסקנים פאר סאטמאר בכלל און פאר סאטמארער קרית יואל רבי אהרן טייטלבוים בפרט, קודם האט ער געעפענט די אידישע געדאנק ווי ער איז געווען דער רעדאקטער און עס איז אהער געשטעלט געווארן דורך אים א שיינע אויסגאבע, און ווען די מחלוקה אין סאטמאר איז געווארן הייס (תשנ"ט) האט מען דארט אנגעהויבן באריכטן נייעס'ער אינערהאלב די סאטמארע קהלה און אזוי אויך צו געבן א פלאטפארם פאר אלע נייעס'ער וועלכע זענען באיאקטירט געווארן דורך דער איד.
שפעטער האט ער געעפענט דער בלאט, וואס איז היינט אפיציעל די מהר"א צייטונג און פארקויפט זיך אין די טויזענטער וועכנטליך איבער די גארער וועלט, און ער איז געווארן דערפון א גרויסער עושר, ווערנדיג פון די גרעסטע לאנד אייגענטימער אין און ארום קרית יואל. היינט צוטאגס האט ער שוין איבערגעבעטן די בני יואל חברה, און ער האט גענומען אן איידעם מחסידי מהרז"ל.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!