אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:כוזרים"
ק (החלפת טקסט – "וויכטיק" ב־"וויכטיג") |
ק (החלפת טקסט – "עטלעכע" ב־"עטליכע") |
||
שורה 19: | שורה 19: | ||
די באַפעלקערונג פון כאַזאַריע איז געווען פיל־מיניק און האָט איינגעשלאָסן אַ סך פעלקער (חוץ די כאַזאַרן גופא), וואָס האָבן געהאַט פאַרשידענע רעליגיעס. [[מוסולמענער]], [[קריסטן]] און [[יידן]] האָבן באַוואוינען וויכטיגע סוחרישע שטעט אין כאַזאַריע: כאַזאַראַן, סאַמאַנדאַר און אַנדערע. דאָרטן האָבן זיי געהאַט אייגענע הייזער פאַר גאָטסדינסט, וואָס אַרכעאָלאָגן האָבן זיי אין גרויסער זאָל אַנטפּלעקט<ref name=Brook06/>. | די באַפעלקערונג פון כאַזאַריע איז געווען פיל־מיניק און האָט איינגעשלאָסן אַ סך פעלקער (חוץ די כאַזאַרן גופא), וואָס האָבן געהאַט פאַרשידענע רעליגיעס. [[מוסולמענער]], [[קריסטן]] און [[יידן]] האָבן באַוואוינען וויכטיגע סוחרישע שטעט אין כאַזאַריע: כאַזאַראַן, סאַמאַנדאַר און אַנדערע. דאָרטן האָבן זיי געהאַט אייגענע הייזער פאַר גאָטסדינסט, וואָס אַרכעאָלאָגן האָבן זיי אין גרויסער זאָל אַנטפּלעקט<ref name=Brook06/>. | ||
אַ סך מוסולמענער זענען געקומען אין כאַזאַריע פון שכנותדיקע לענדער:בפרט פון [[איראַן]] און [[כֿוואַרעזם]], און | אַ סך מוסולמענער זענען געקומען אין כאַזאַריע פון שכנותדיקע לענדער:בפרט פון [[איראַן]] און [[כֿוואַרעזם]], און עטליכע כאַזאַרן האָבן אַליין אָנגענומען [[איסלאַם]] סוף 7טן - סוף 10טן י"ה. איינער פון די קאַגאַנען האָט אין 737 געמוזט צו ווערן אַ מוסולמענער ווי אַ פועל־יוצא פון מפּלה אין דער מלחמה מיט אַראַבישער אַרמיי<ref name=Brook06/><ref name=Wasserstein07/>. | ||
קריסטישע שיטה איז אויפגעקומען אין כאַזאַריע פון פאַרשידענע קוואַלן, אָבער דווקא די [[ביזאַנט]]ישע קריסטן, וואָס זענען מאַסנווייז אנגעהויבן צו קומען תחילת קיין [[קרים]] זינט 8טן י"ה, זענען געווען מערסטנס אַקטיוו אינעם טויפן פון כאַזאַרן. עס זענען דאָ ראַיות, אַז זייערע טעטיקייט איז געווען אויפטואיק: די כאַזאַרן האָבן בפירוש געבויט אייגענע [[קלויסטער]]ס און עס איז דאָ אַ געשיכטע פון אַ טויפן פון בערך צוויי הונדערט איידלע כאַזאַרן דורך באַרימטן קריסטלעכן [[מיסיאָנער]] קיריל אין <ref name=Brook06/> 861. | קריסטישע שיטה איז אויפגעקומען אין כאַזאַריע פון פאַרשידענע קוואַלן, אָבער דווקא די [[ביזאַנט]]ישע קריסטן, וואָס זענען מאַסנווייז אנגעהויבן צו קומען תחילת קיין [[קרים]] זינט 8טן י"ה, זענען געווען מערסטנס אַקטיוו אינעם טויפן פון כאַזאַרן. עס זענען דאָ ראַיות, אַז זייערע טעטיקייט איז געווען אויפטואיק: די כאַזאַרן האָבן בפירוש געבויט אייגענע [[קלויסטער]]ס און עס איז דאָ אַ געשיכטע פון אַ טויפן פון בערך צוויי הונדערט איידלע כאַזאַרן דורך באַרימטן קריסטלעכן [[מיסיאָנער]] קיריל אין <ref name=Brook06/> 861. |
רעוויזיע פון 10:31, 3 יאנואר 2023
כּוזרים, אָדער כאַזאַרן, זענען געווען אַ גרופּע טירקיש־ריידיקע שבטים, וואָס האָבן געשאַפן אַ גרויסע מלוכה צווישן קאַספּישן און שוואַרצן ימים, וואָס האָט זי עקזיסטירט אין מיטל־עלטער פון בערך 650 יאָר ביז זיין אַראָפּפאַל אין 969. אין דער יידישער וועלט זענען זיי מערסטנס באַקאַנט פאַר דער פּרשה פונעם גיור פון אַ טייל כוזרים[1][2].
שפּראַך
די כאַזאַרן האָבן גערעדט אַ היינט געשטאָרבענע שפּראַך, וואָס האָט בפירוש געהערט צו טירקישע שפּראַכן[3], הגם ס'איז געווען אין גאַנצן ניט קלאָר פריער[4]. די כאַזאַרן אַליין האָבן באַניצט אַ רונישן כתב (אָדער כתבן): די סימבאָלן געהערן צו אַלט־טירקישע[5] אָדער (אויפן קיעווער בריוו) להיפוך צו אַלט־אונגערישע רונען[6]. די אויפשריפטן זענען אָבער קורץ און גאַנצע פראַזעס, וואס וואלטן דערמעגלעכט דעשיפרירונג, זענען זייער זעלטן. אַנדערע לינגוויסטישע ראַיות קומען פון לשון־קודשדיקע, אַראַבישע און גריכישע מקורים.
די פראַגע וועגן באַציאונגען פון דער כאַזאַרישער שפּראַך איז ווייט ניט בולט, ס'איז אַפילו שווער צו אַנטשיידן, צי די שפּראַכן פון טשואוואַשן און וואָלגע־בולגאַרן, וואָס שליסן איין זייער אַ ספּעציפישע צווייג פון טירקישע שפּראַכן, זענען קרובים צום כאַזאַרישן לשון[3], הגם עס זענען דאָ ראַיות, אַז כאַזאַריש איז געווען נאָענטער צו כלל־טירקעשע לשונות[6].
רעליגיע
פּאַגאַניזם
תחילת זענען די כוזרים געווען פּאַגאַנער: זיי האָבן געדינט נאַטירלעכע כוחות און האָבן געשמועסט מיט גייסטער דורך שאַמאַנען. דער פּאַנטעאָן פון געטער ביי כאַזאַרן איז געווען ענלעך צו דעם פון אנדערע טירקישע (און מאָנגאָלישע) שבטים. בראָש פונעם פּאַנטעאָן איז געשטאַנען טענגרי, דער גאָט פון הימל און, לויט זייערע פאָרשטעלונגען, דער שאַפער פונעם עולם. אַנדערע געטער האָבן כולל געווען כלערלייע שליטות פון נאַטור. זיי האָבן אויך געהאַט אַ געטין פון פרוכטבאַרקייט, וואָס איז דער געוויינליכער שטייגער אין פּאַגאַנישע שיטות, וואָס זיי האָבן זי גערופן אומיי[2][7].
זיי האָבן אָפּגעגעבן כבוד חיות, און כאַזאַרישע שבטים האָבן געהאַט אייגענע טאָטעמס. ס'איז אויך געוואוסט, אַז כאַזאַרישע שאַמאַנען פלעגן געבן קרבנות צו דעמבער, באשר דאָמב איז געווען ביי זיי און אנדערע טירקן אַ הייליקער בוים[2].
כוזרים האָבן געבויט ספּעציעלע מזבחות און געצן, געמאַכט אַמולעטן און כלערלייע בילדער אויף כלים און אַנדערע זאַכן מיט רעליגיעזע סימבאָלן און סצענעס[2][7][8]. די דאָזיקע אָפּמאָלונגען ווייזן אמתע און מעשהדיקע חיות, מענטשן און אַבסטראַקטע פיגורן. דער טייטש פון זיי איז אָבער ניט תמיד קלאָר און למשל געשטאַלטן פון הויפּטגעטער אָדער שאַמאַנען זענען צווישן זיי ניטאָ[7].
מאָנאָטעאיזם
די באַפעלקערונג פון כאַזאַריע איז געווען פיל־מיניק און האָט איינגעשלאָסן אַ סך פעלקער (חוץ די כאַזאַרן גופא), וואָס האָבן געהאַט פאַרשידענע רעליגיעס. מוסולמענער, קריסטן און יידן האָבן באַוואוינען וויכטיגע סוחרישע שטעט אין כאַזאַריע: כאַזאַראַן, סאַמאַנדאַר און אַנדערע. דאָרטן האָבן זיי געהאַט אייגענע הייזער פאַר גאָטסדינסט, וואָס אַרכעאָלאָגן האָבן זיי אין גרויסער זאָל אַנטפּלעקט[2].
אַ סך מוסולמענער זענען געקומען אין כאַזאַריע פון שכנותדיקע לענדער:בפרט פון איראַן און כֿוואַרעזם, און עטליכע כאַזאַרן האָבן אַליין אָנגענומען איסלאַם סוף 7טן - סוף 10טן י"ה. איינער פון די קאַגאַנען האָט אין 737 געמוזט צו ווערן אַ מוסולמענער ווי אַ פועל־יוצא פון מפּלה אין דער מלחמה מיט אַראַבישער אַרמיי[2][9].
קריסטישע שיטה איז אויפגעקומען אין כאַזאַריע פון פאַרשידענע קוואַלן, אָבער דווקא די ביזאַנטישע קריסטן, וואָס זענען מאַסנווייז אנגעהויבן צו קומען תחילת קיין קרים זינט 8טן י"ה, זענען געווען מערסטנס אַקטיוו אינעם טויפן פון כאַזאַרן. עס זענען דאָ ראַיות, אַז זייערע טעטיקייט איז געווען אויפטואיק: די כאַזאַרן האָבן בפירוש געבויט אייגענע קלויסטערס און עס איז דאָ אַ געשיכטע פון אַ טויפן פון בערך צוויי הונדערט איידלע כאַזאַרן דורך באַרימטן קריסטלעכן מיסיאָנער קיריל אין [2] 861.
רעפערענצן
- ↑ ציטירן פאנטשער: אומגילטיגער
<ref>
טעג; קיין טעקסט נישט געשריבן פאַר רעפערענצן מיטן נאָמעןGolden07
- ↑ 2.0 2.1 2.2 2.3 2.4 2.5 2.6 ציטירן פאנטשער: אומגילטיגער
<ref>
טעג; קיין טעקסט נישט געשריבן פאַר רעפערענצן מיטן נאָמעןBrook06
- ↑ 3.0 3.1 ציטירן פאנטשער: אומגילטיגער
<ref>
טעג; קיין טעקסט נישט געשריבן פאַר רעפערענצן מיטן נאָמעןErdal07
- ↑ ציטירן פאנטשער: אומגילטיגער
<ref>
טעג; קיין טעקסט נישט געשריבן פאַר רעפערענצן מיטן נאָמעןHarkavy65
- ↑ ציטירן פאנטשער: אומגילטיגער
<ref>
טעג; קיין טעקסט נישט געשריבן פאַר רעפערענצן מיטן נאָמעןPletneva76
- ↑ 6.0 6.1 ציטירן פאנטשער: אומגילטיגער
<ref>
טעג; קיין טעקסט נישט געשריבן פאַר רעפערענצן מיטן נאָמעןHosszu12
- ↑ 7.0 7.1 7.2 ציטירן פאנטשער: אומגילטיגער
<ref>
טעג; קיין טעקסט נישט געשריבן פאַר רעפערענצן מיטן נאָמעןFlerova01
- ↑ ציטירן פאנטשער: אומגילטיגער
<ref>
טעג; קיין טעקסט נישט געשריבן פאַר רעפערענצן מיטן נאָמעןPletneva99
- ↑ ציטירן פאנטשער: אומגילטיגער
<ref>
טעג; קיין טעקסט נישט געשריבן פאַר רעפערענצן מיטן נאָמעןWasserstein07
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!