אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "המכלול:אלגעמיינע אנווייזונגען פאר שרייבער"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
שורה 27: שורה 27:


==איבערזעצן ארטיקלען==
==איבערזעצן ארטיקלען==
==איבערזעצן ארטיקלען==
די ארבעט פון בויען א ברייטע אידישע ענציקלאפעדיע, טוט אין גרויס טייל ארייננעמען דאס איבערזעצן ארטיקלען פון המכלול העברי און פון וויקיפעדיע אין פארשידענע שפראכן. ספיציפיש, אין וועלטליכע טעמעס אין וואס היימישע פארשער און שרייבער אינטרעסירן זיך ווייניגער, און פראדוצירן ווייניגער קוועלער.
פאלגענד זענען עטליכע פונקטן, נקודות למחשבה, וויאזוי צוצוגיין צום ארבעט פון איבערזעצן אן ארטיקל, אזוי אז עס זאל זיין פון א גוטע
קוואלעטעט.
*צוגאנג – באטראכט דיין ארבעט אלס שרייבן אן ארטיקל באזירט אויף איין מקור, ווי איידער אלס איבערזעצן אן עקזיסטירנדע ארטיקל. אין פראקטיק מיינט עס אז מען זאל מאריך און מקצר זיין לפי הענין, אנדערש זיך ארויס ברענגן און אפילו אנדערש מסדר זיין די גאנצע ארטיקל אויב פעלט עס אויס. די ארגענעלע ארטיקלען האבן נישט קיין שום קדושה אדער חשיבות, און דער עיקר איז צו שרייבן נאטורליך און פליסיג, צוגעפאסט צום היימישן ליינער.
*באקאנטשפאט – זעצט איבער ארטיקלען איבער טעמעס וואס איר קענט און פון וואס איר פארשטייט די טעמינאלאגיע. איר מוזט נישט זיין קיין מומחה אדער אפילו טיילווייז געלערנט דערין, אבער איר מוזט האבן כאטש עפעס א הבנה אין דער ענין, גענוג אויף גרונטליך צו פארשטיין וואס איר ליינט אין די ארטיקלען דערוועגן.
*שפראך – זעצט איבער בלויז פון שפראכן וואס איר קענט, און פארלאזט אייך נישט אינגאנצן אויף מעכאנישע איבערזעצערס. דאס מיינט על פי רוב ענגליש און עברית. ווידער, איר מוזט נישט זיין א פליסיגער רעדנער אין די שפראכן, ניטאמאל דארפט איר קענען דער הויער וואקאבלור מיט וואס ארטיקלען אין געוויסע טעמע ווערן געשריבן; איר דארפט אבער יא קענען וויסן בערך וואס די שרייבער וויל ארויס ברענגן, און קענען כאפן דעם מעכאנישע איבערזעצער ביי טעותים. איר מעגט אבער יא, מיט גרויס פארזיכטקייט, קוקן אויב א וויקיפעדיע אין אן אומבאקאנטע שפראך דערמאנט א ווערדפולע פונקט וואס איר קענט צולייגן צו אייער ארטיקל. טוט דאס אין שפראכן ווי די מעכאנישע איבערזעצער איז גאקאנט צו טויגן, ווי פראנצויזיש, דייטש און שפאניש.
*קוועלער – אין פרינציפ, טוט דער כלל אז מען קען נישט אראפ ברענגן א מקור אן עס נאכקוקן קודם גילטן אויך ביים איבער זעצן, און דאס מיינט אז איר דארפט נאכגיין יעדער רעפרעננץ צוגעצייכנט אין א וויקיפעדיע ארטיקל איידער איר ברענגט עס אראפ. דאס איז אבער אן אומרעאליסטישע פארלאנג, און א בחינה פון גזירה שאין רוב הציבור יכול לעמוד בה; און דערפאר קענט איר רוהיגערהייט ברענגען מקורות אן עס נאכקוקן, ווילאנג עס איז דא א קרעדיט מוסטער ביים ענדע פון די בלאט. אויב אזוי פארוואס דערמאנט מען עס דא בכלל?  כדי מען זאל געדענקן אז די לכתחילה שבלכתחילה איז יא נאכצוקוקן די מקורות...
אזוי אויך זענען כאטש טיילווייז גיליטיג די אויבנדערמאנטע פונקטן לגבי שרייבן אן ארטיקל.
==געבוי פון די ארטיקלען==
==געבוי פון די ארטיקלען==
אין המכלול לייגט מען א געוויכט אז די ארטיקלען זאלן אויסזען די זעלבע און זאלן זיין אויסגעשטעלט ענדליך. דער אויסשטעל שטאמט פון המכלול העברי (און דארטן קענט איר טרעפן [[באלערנדע הילף בלעטער דערוועגן]]), וואס מאכט נאך וויקיפעדיע (דארטן איז אויך דא [[וואס צו ליינען]]). אויפן שפיץ גאפל זענען די ארטיקלען אויסגעשטעלט ווי פאלגענד:
אין המכלול לייגט מען א געוויכט אז די ארטיקלען זאלן אויסזען די זעלבע און זאלן זיין אויסגעשטעלט ענדליך. דער אויסשטעל שטאמט פון המכלול העברי (און דארטן קענט איר טרעפן [[באלערנדע הילף בלעטער דערוועגן]]), וואס מאכט נאך וויקיפעדיע (דארטן איז אויך דא [[וואס צו ליינען]]). אויפן שפיץ גאפל זענען די ארטיקלען אויסגעשטעלט ווי פאלגענד:

רעוויזיע פון 18:58, 1 יאנואר 2023

וואס זאל איך טון דא?

המכלול איז אן ענציקלאפעדיע וואס ווערט געשריבן דורך יעדער איינער. דער סוד פון די הצלחה פון אזא סארט ענציקלאפעדיע איז לאו דווקא אז עס זענען דא אסאך וואלונטירן וואס ארבעטן דערויף, נאר אז יעדער איינער שטעלט צו פון זיינע בעסטע ידיעות און שענסטע טאלאנטן.

דערפאר, די טעמעס וואס איר זאלט שרייבן און בארייכערן זענען אט די טעמעס וואס איר ליבט דאס מערסטע, און וואס איר קענט דאס בעסטע. באשרייב דיין רבי, חסידות, קהילה, שטאט און אינדוסטריע אין וועלכע דו באשעפטיגסט זיך א.ד.ג.

אויב זענען דא קאפיטלעך היסטאריע אין וועלעכע דו האסט גרויס אינטערעסע און דו ליינסט און פארשסט אסאך דערוועגן, פרוביר עס צו באשרייבן. די זעלבע איז אויך גילטיג לגבי נייעסן אין וועלעכע איר זענט אריין געטון, פערזענליכקייטן וואס איר פאלגט נאך און סוגיות און מקצועות וואס איר לערנט.

טו דער פליכט וואס איר קענט דאס בעסטע. אויב זענט איר א שרייבער, שרייבט די ארטיקלען. אויב קענסטו נישט אזוי גוט שרייבן, אבער דו קענסט גוט די אידישע שפראך, אויסלייג און גראמאטיק, זיי מגיה די ארטיקלען. אויב קענט איר ביידע נישט, אבער איר האט פילע ידיעות, קענט איר שרייבן רויע ארטיקלען און בעטן אנדערע זאלן עס צופוצן.

איר קענט אויך צו שטעלן מקורות, לינקס, בילדער, רעקארדירונגען און סיי וואס דארט וואו עס פאסט אריין. איר קענט אויך סתם קומען געבן פידבעק פון א ליינער'ס פערספעקטיוו און אנווייזן דעם שרייבער וואו ער דארף מער מאריך און מסביר זיין, און וואו ער האט לכאורה איבער געטריבן. אזוי אויך, אויב קענט איר זיך אויס מיט די וויקי סינטעקס, קענט איר שיין אהערשטעלן די פארשידענע מוסטערן, קאטעגאריעס און אלעס ארום.

אין איין ווארט: טו און שרייב דאס וואס איר קענט דאס בעסטע און איז אייך דאס געשמאקסטע, דאס ווערט ברענגען רעזולטאטן מיט די בעסטע קוואליטעט. פון אנדערן זייט, איז וויכטיג צו געדענקן אז די עיקר סערוויס וואס המכלול שטעלט צו איז אן ענציקלאפעדיע צום ליינען; ווען איינער שליסט זיך אן אין די רעדאקציע, דארף דאס קומען בלויז פון די ווילן צו ביישטייערן און מיטטיילן זיינע ידיעות, און נישט זיך אונטערצוהאלטן אדער פאראויסשטופן אן אגענדע. נעמט אין אכט אז עס זענען דא א רייע זאכן וואס המכלול איז נישט. און אויב האט איר נישט וואס צו טון – זייט מוחל און טוט עס נישט דא.

ארבעטן אויף אן ארטיקל

המכלול לעבט טאקע פון ביישטייערונגן, אבער רעזערווירט זיך די רעכטן צו קלויבן וואס אנצונעמען און וואס נישט. די ארטיקלען אין המכלול דארפן זיין אויפן העכסטן סטאנדארט, גוט געשריבן, קראנט און באלערנד. און פארשטייט זיך, אין א היימישע אידיש און מיט א תורה'דיגע בליק. מיר יאגן זיך נישט אין ערגעץ, און מיר וועלן ווארטן ווילאנג עס פאדערט זיך כדי די ארטיקלען זאלן זיין פון די בעסטע ווארע. ווען איר זעצט אייך שרייבן אן ארטיקל, הייבט אן אין א דרעפט, אדער אין א בלאט אין די פריוואטע געביט. עס איז טעכניש נישטא קיין נפקא מינה צווישן די צוויי אפציעס, אבער אין אלגעמיין זענען ארטיקלען אין די דרעפט געביט אזעלכע אויף וואס עטליכע מכלולאים ארבעטן אינאיינעם, און ארטיקלען אין פריוואטע געביטן זענען אזעלכע ארטיקלען וואס איר ווילט אליין שרייבן אן קיין שטער. שרייבן אן ענציקלאפעדישע ארטיקל, איז אנדערש אינגאנצן ווי סיי וועלעכע אנדערע שרייבווערק א היימישע שרייבער איז געוועליך געוואוינט, און עס פאדערט זיך מער צייט אין ישוב הדעת עס ריכטיג צו טון. געב אוועק כאטש א וואך צו ארבעטן אויף איין איינציג ארטיקל, און ארבעט בלויז אויף איינס אויפאמאל. פאלגנד זענען עטליכע פונקטן צו וואס מען דארף באזונדער מקדיש זיין צייט און מחשבה:

  • ענציקלאפעדיש געשריבן – אנדערש ווי אן ארטיקל אין א צייטשריפט, דארפן די ארטיקלען אין המכלול זיין געשריבן טרוקן און תמצית'דיג, אנע שרייבערישע שילדערונגען און פארשידענע אנדערע רעטארישע מיטלען וואס זענען גאנגבאר אין די שרייבערישע וועלט. מען דערציילט נישט קיין מעשיות, מען וויקלט נישט אויף א שקלא וטריא, און מען פארמיידט סלענגס און שפריכווערטער ווי ווייט מעגליך. מען וועט דערמאנען אן אנעקדאט נאר אויב עס געבט אן אינטעגראלע פארשטאנד איבערן נושא. יעדער שטיקל אינפארמאציע וואס איז עטוואס זייטיג דארף מען שוקל זיין צו מען זאל עס בכלל דערמאנען, און אויב יא, ווי אזוי און ווי דעטאלירט. צומאל דארף מען זיך איינהאלטן מיט אייזערנע קייטן.
  • קורץ אבער באלערנד – מען קען נישט אויפהאלטן דעם ליינער צו לאנג, נאר איבערגעבן דאס מערסטע אינפארמאציע אין ווייניגסטע ווערטער; און פארט קלאר און פארשטענדליך. דאס ווערט באזונדער וויכטיג אין די אנהייב פון אן ארטיקל. צו לאנגע און פארצווייגטע זאצן זענען אויך נישט גוט. דערפאר, געבט אוועק מוח און מחשבה ווי אזוי זיך אויסצודרוקן אין קורצע, און אינפארמאציע-רייכע זאצן. אויב טרעפט איר זיך איבער שרייבן די זעלבע זאץ נאכאמאל און נאכאמאל כדי עס צו מאכן קורצער, זענט איר אויף די ריכטיגע וועג.
  • גאנצקייט – מען דארף זיכער מאכן אז די ארטיקל דעקט די טעמע פון אלע הינזיכטן און שטאנדפונקטן, און געבט א פולע און ברייטער בליק און די נושא. אן ארטיקל איבער א יום טוב דארף ענהאלטן די הלכות און מצוות דערפון, אבער אויך פארשידענע מנהגים, פנימיות על פי חסידות, קבלה, מוסר און אידישע פילאזאפיע, און אויך די קולטורעלע איינגעלעגנהייטן. אן ארטיקל איבער א היסטארישע פיגור דארף ענהאלטן זיין ביאגראפיע, אויפטוען, אפשאצונגען און הערכה דורך שפעטערדיגע פון פארשידענע שטאנדפונקטן, און אויך ערווענען ביכלעך, לידער און שפילן וואס זענען געשריבן געוארן איבער אים.אזוי אויך דארף אן ארטיקל באגלייט ווערן מיט בילדער און דיאגראמעס צו דערגענצן די הבנה.
  • סדר און אויסשטעל – אן ארטיקל דארף זיין גוט מסודר, און זיין געבויט לויט פארשידענע פרינציפן וואס קענען זיך אמאל אפילו סותר זיין, און עס פאדערט זיך שעפערישקייט עס אויסצושטעלן ריכטיג. אין אלגעמיין, וועלן מער צענטראלע און וויכטיגע פונקטן איבער א טעמע שטיין העכער אין בלאט, און די זייטיגע ווייטער. פון צווייטער זייט, דארף עס האבן אויך א לאגישע אויסשטעל און זיין מסודר לויט די ענינים וואס עס דעקט. און פון דריטן זייט, איז אמאל אויך פארהאן א כראנאלאגישע אספעקט דערצו מיט וואס מען דארף זיך רעכענען. "זיצט" אויף דעם ענין א היבשע וויילע, האבנדיג אינזין די טובה פון די ליינערס.
  • מקורות אלץ פרינציפ – כמעט יעדע פאקט וואס ווערט דערמאנט אין די ארטיקלען מוז האבן א קראנטע מקור, וואס מען קען נאכקוקן. מסקנות פון אייער אייגענע פארשעריי, זכרונות און מסורות בעל פה זענען פסול. אזוי אויך מוז איר נאכקוקן יעדער מקור וואס איר ברענגט אראפ. צומאל זעהט מען עפעס אינפארמאציע אין אן ארטיקל אין א זשורנאל, און יענער שרייבער ברענגט אראפ פראפעסניעלע קוועלער, און עס איז דא א רייץ אראפ צו ברענגען יענער פראפעסניעלע מקור. טוט דאס נישט: שרייב וואו דו האסט עס געזעהן. נאך בעסער איז אויב איר קוקט נאך יענער קוואל.
  • מקורות אלץ תוכן – די מקורות פון אן ארטיקל, זענען טיילמאל אן אינטעגראלע טייל פון וואס דער ארטיקל קומט דערציילן. נישט בפירוש נאר "צווישן די שורות". ווען אן ארטיקל איבער א פאליטיקאנט דערציילט איבער א באשולדיגונג אויף יענעם, וועט די מקור דערציילן ווער דער באשולדיגער איז ("אה, סך הכל CNN..."). אן ארטיקל איבער אן היסטארישע פיגור וועט "פארציילן" דורך אירע מקורות וועלכע פארשער האבן באשריבן יענעם און אין וועלעכע אור-אלטע היסטאריע ביכער ער ווערט דערמאנט. די מקורות פון אן ארטיקל איבער א תנ"כי'שע פיגור וועט דערציילן אין וועלעכע פסוקים און מדרשים ער ווערט דערמאנט, א.א.וו. צומאל וועט מען ווידמען א גאנצע קאפיטל אין די ארטיקל צו שילדערן די מקורות איבער די ידיעות אין די ארטיקל, אבער אפילו אויב נישט איז כדאי עס זאל זיין קלאר פון די רעפערענצן. לייגט אריין ארבעט אויך אין דער חלק, ברענגט אראפ פון די פסוקי התורה זעלבסט און נישט פון סדר הדרורת, ברענג אראפ הלכות פון גראד פון די גמרא, און נישט פון משנה ברורה, א.א.וו.

ביים ענדיגן שרייבן, איז אנגענומען צו לאדענען {{אקטיווע מכלולאים}} צוצופוצן מגיה זיין און געבן הערות אויף דעם ארטיקלן, און דערנאך בעטן ביי די מנטרים און די באאויפטראגטע עס איבערצוקוקן, און אריבער פירן צום הויפט געביט. מען קען רעדאגירן ארטיקלען גרינגערהייט דורך די וויזועלע רעדאגירער, אבער עס איז גוט צו נעמען די צייט און זיך צו דערלערנען די ויקיסינטעקס און ארבעטן דירעקט אויף די קאוד.

איבערזעצן ארטיקלען

איבערזעצן ארטיקלען

די ארבעט פון בויען א ברייטע אידישע ענציקלאפעדיע, טוט אין גרויס טייל ארייננעמען דאס איבערזעצן ארטיקלען פון המכלול העברי און פון וויקיפעדיע אין פארשידענע שפראכן. ספיציפיש, אין וועלטליכע טעמעס אין וואס היימישע פארשער און שרייבער אינטרעסירן זיך ווייניגער, און פראדוצירן ווייניגער קוועלער. פאלגענד זענען עטליכע פונקטן, נקודות למחשבה, וויאזוי צוצוגיין צום ארבעט פון איבערזעצן אן ארטיקל, אזוי אז עס זאל זיין פון א גוטע קוואלעטעט.

  • צוגאנג – באטראכט דיין ארבעט אלס שרייבן אן ארטיקל באזירט אויף איין מקור, ווי איידער אלס איבערזעצן אן עקזיסטירנדע ארטיקל. אין פראקטיק מיינט עס אז מען זאל מאריך און מקצר זיין לפי הענין, אנדערש זיך ארויס ברענגן און אפילו אנדערש מסדר זיין די גאנצע ארטיקל אויב פעלט עס אויס. די ארגענעלע ארטיקלען האבן נישט קיין שום קדושה אדער חשיבות, און דער עיקר איז צו שרייבן נאטורליך און פליסיג, צוגעפאסט צום היימישן ליינער.
  • באקאנטשפאט – זעצט איבער ארטיקלען איבער טעמעס וואס איר קענט און פון וואס איר פארשטייט די טעמינאלאגיע. איר מוזט נישט זיין קיין מומחה אדער אפילו טיילווייז געלערנט דערין, אבער איר מוזט האבן כאטש עפעס א הבנה אין דער ענין, גענוג אויף גרונטליך צו פארשטיין וואס איר ליינט אין די ארטיקלען דערוועגן.
  • שפראך – זעצט איבער בלויז פון שפראכן וואס איר קענט, און פארלאזט אייך נישט אינגאנצן אויף מעכאנישע איבערזעצערס. דאס מיינט על פי רוב ענגליש און עברית. ווידער, איר מוזט נישט זיין א פליסיגער רעדנער אין די שפראכן, ניטאמאל דארפט איר קענען דער הויער וואקאבלור מיט וואס ארטיקלען אין געוויסע טעמע ווערן געשריבן; איר דארפט אבער יא קענען וויסן בערך וואס די שרייבער וויל ארויס ברענגן, און קענען כאפן דעם מעכאנישע איבערזעצער ביי טעותים. איר מעגט אבער יא, מיט גרויס פארזיכטקייט, קוקן אויב א וויקיפעדיע אין אן אומבאקאנטע שפראך דערמאנט א ווערדפולע פונקט וואס איר קענט צולייגן צו אייער ארטיקל. טוט דאס אין שפראכן ווי די מעכאנישע איבערזעצער איז גאקאנט צו טויגן, ווי פראנצויזיש, דייטש און שפאניש.
  • קוועלער – אין פרינציפ, טוט דער כלל אז מען קען נישט אראפ ברענגן א מקור אן עס נאכקוקן קודם גילטן אויך ביים איבער זעצן, און דאס מיינט אז איר דארפט נאכגיין יעדער רעפרעננץ צוגעצייכנט אין א וויקיפעדיע ארטיקל איידער איר ברענגט עס אראפ. דאס איז אבער אן אומרעאליסטישע פארלאנג, און א בחינה פון גזירה שאין רוב הציבור יכול לעמוד בה; און דערפאר קענט איר רוהיגערהייט ברענגען מקורות אן עס נאכקוקן, ווילאנג עס איז דא א קרעדיט מוסטער ביים ענדע פון די בלאט. אויב אזוי פארוואס דערמאנט מען עס דא בכלל? כדי מען זאל געדענקן אז די לכתחילה שבלכתחילה איז יא נאכצוקוקן די מקורות...

אזוי אויך זענען כאטש טיילווייז גיליטיג די אויבנדערמאנטע פונקטן לגבי שרייבן אן ארטיקל.

געבוי פון די ארטיקלען

אין המכלול לייגט מען א געוויכט אז די ארטיקלען זאלן אויסזען די זעלבע און זאלן זיין אויסגעשטעלט ענדליך. דער אויסשטעל שטאמט פון המכלול העברי (און דארטן קענט איר טרעפן באלערנדע הילף בלעטער דערוועגן), וואס מאכט נאך וויקיפעדיע (דארטן איז אויך דא וואס צו ליינען). אויפן שפיץ גאפל זענען די ארטיקלען אויסגעשטעלט ווי פאלגענד:

  • אנהייב: א קורצע תמצית פון די ארטיקל, על פיר רוב ביז דריי פאראגראפן, וואס געבט דעם ליינער די וויטיגסטע אינפארמאציע אויפן שפיץ גאפל.
  • די עצם ארטיקל: די עצם ארטיקל.
  • זעט אויך: א ליסטע פון ארטיקלען אין ענדליכע אדער פארבינדענע טעמעס.
  • צו ליינען מער: א קאנצערטרירטע ליסטע פון אינפארמאטיווע קוועלער וואו די ליינער קען פארברייטערן זיינע ידיעות איבערן טעמע. געאייגנט פאר קוועלער וואס זענען בעיקר נישט אויפן געוועב.
  • דרויסנדיגע לינקס: אזוי ווי '"צו ליינען מער'", נאר פאר ארטיקלען וואס ערשיינען יא אויפן געוועב – אינאיינעם מיט א לינק אהין.
  • נאטיצן: קורצער אויפקלערונגען אויף געוויסע פונקטן דערמאנט אין די ארטיקל.
  • רעפערענצן: די מקורות.
  • קאטאגאריעס און פארשידענע מוסטערן וואס דארפן דארט זיין (צב"ש, קרעדיט פאר וויקיפעדיע).

רעפערענצן און נאטיצן

אנהייב

מיטגלידערשאפט