אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:תהלים"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (החלפת טקסט – "אֱלֹהֵי" ב־"אֱלֹקֵי")
ק (החלפת טקסט – "װ" ב־"וו")
שורה 109: שורה 109:
*[[תפילה]]
*[[תפילה]]


== װעב־לינקן ==
== וועב־לינקן ==
{{Commonscat|Psalters}}
{{Commonscat|Psalters}}
* [http://www.daat.ac.il/daat/vl/tohen.asp?id=97 פירוש המאירי לתהלים]
* [http://www.daat.ac.il/daat/vl/tohen.asp?id=97 פירוש המאירי לתהלים]

רעוויזיע פון 18:45, 1 יאנואר 2023

דער ערשטער קאפיטל תהלים
ספר תהלים פון דוד מלך ישראל נעים זמירות ישראל

תהלים איז דער ערשטער ספר וואס דערעפענט די טייל פון כתובים אין תנ"ך

אנדערשט ווי אלע אנדערע ספרים אין תנ"ך, איז די ספר תהלים כשמו כן הוא, פיל בלויז מיט לויב און געזאנג צו גאט, לידער און ארויסברענגן געפילען.

נאמען פון ספר

דער נאמען פונעם ספר תהלים ווי עס איז איינגעוואונט ביי אידן איר צו אנרועפן איז א לשון רבים פון די ווארט תהילה, וואס מיינט לויבן. אין לשון חז"ל ווערט אויסגעלאזט די אות ה, און לויט זיי איז די נאמען גערופן תילים (און אויף אראמיש: תילין אדער תילי), און די אויסשפראך איז נאך באנוצט און געהיטן ביי טייל קרייזן פון כלל ישראל ביזן היינטיגן טאג. פון די מיטל אלטער מפרשים, ווי צ.ב.ש. דער רמב"ן און ספעציעל די אבן עזרא, זענען געווען פון זיי וואס האבן דאס גערופען תהילות.

ביי די אלגעמיינע קריסטליכע גוים הייסט דאס פסאלמעס אלס דער בוך פון פידל. דער היברו ווארט פזמון שטאמט פון דעם ענדליכקייט.

ביי די מוסולמענער הייסט דאס די בוך פון זאבור און לויט זיי איז דאס פון הימל פונקט ווי די תורה וואס גאט האט אנטפלעקט איידער דעם קוראן נאך.

חשיבות פון ספר

און רוב ספרי תנ"ך וואס זענען היינט געדרוקט איז דאס אין אנפאנג אלס ערשטער ספר און הויפט פון די כתובים.

אין א באקאנטער ברייתא אין מסכת בבא בתרא (י"ד, ב) וואס איז דן אין די ספרים פון תנ"ך און זייער אויסשטעל, געפינט זיך דער תהלים נאכן מגילת רות, און דאס איז מסתם לויט דער כראנאלאגישע סדר פון די ברייתא, ווי רש"י איז מפרש.

אייטיילונג פון ספר

איינטיילונג פאר פרקים

דאס ספר תהלים איז אן איינזאמעלונג פון פארשידענע געזאנגען און לידער אין פארעם פון מזמורים, און יעדע מזמור שטייט פאר זיך ווי א גאנצער באשעפעניש פארשלאסן און אפגעטיילט פון די איבעריגע. און אונזערע היינטיגע געדרוקטע תהלים'לעך געפינט זיך הונדערט און פופציג פרקים, און יעדע פרק אנטהאלט א מזמור.

אונזער ווערסיע איז א נייער רעלאטיוו, און חז"ל טרעפן מיר בלויז דעם צאל פון 147 פרקים, דאס שטעלן חז"ל אויס קעגן די לעבן'ס - יארן פון יעקב אבינו. [1]

דער צווישענשייד פון חז"לס צאל ביז אונזער ציילונג שטאמט פון דעם וואס א טייל פון די פרקים וואס ערשיינען אלס איין מזמור אין זייער ציילונג זענען היינט געציילט געווארן אין עקסטערע פרקים. אבער עס איז נישט קלאר וועלכעס דאס איז פונקטקליך.

איינטיילונג אין ספרים

תהלים איז צעטיילט פון 5 ספרים, אן איינטיילונג וואס דעקענט זיך פונעם לשון פון די פארענדיגטע פסוקים פון יעדן ספר:

  1. פרקים א-מא. דער ספר פארענדיגט זיך מיטן פסוק: "בָּרוּךְ ה' אֱלֹקֵי יִשְׂרָאֵל מֵהָעוֹלָם וְעַד הָעוֹלָם אָמֵן וְאָמֵן"
  2. פרקים מב-עב. דער ספר פארענדיגט זיך מיטן פסוק: "כָּלּוּ תְפִלּוֹת דָּוִד בֶּן יִשָׁי"
  3. פרקים עג-פט. פארשליסט זיך: "בָּרוּךְ ה' לְעוֹלָם אָמֵן וְאָמֵן"
  4. פרקים צ-קו. פארשליסט זיך מיט:"בָּרוּךְ ה' אֱלֹקֵי יִשְׂרָאֵל מִן הָעוֹלָם וְעַד הָעוֹלָם וְאָמַר כָּל הָעָם אָמֵן הַלְלוּ-יָהּ"
  5. פרקים קז-קנ. פארזיגעלט דעם גאנצן תהלים מיטן פסוק: "כֹּל הַנְּשָׁמָה תְּהַלֵּל יָהּ הַלְלוּ-יָהּ"

דאס ווערט בלויז באטראכט אלס אינעווייניגסטער צעטיילונג אין ספרים, כלפי דעם דערויסענדער ציילונג פון די 24 ספרי המקרא ווערט דאס פארעכענט פאר איין'ס.

איינטיילונג צו פסוקים

לויט אונזער איינטיילונג פון די פסוקים, געפינט זיך אין ספר תהלים 2527 פסוקים. לויט דעם איינטיילונג, איז דער מיטלסטער פסוק אינעם גאנצן ספר: "וַיְפַתּוּהוּ בְּפִיהֶם וּבִלְשׁוֹנָם יְכַזְּבוּ לוֹ" (עח, לו).

אבער אין תלמוד בבלי (מסכת קידושין דף ל, עמוד א) איז א דיון אין צוזאמענהאנג פון די צאל פסוקים אין ספר תהלים, און לגבי דאס מיטלסטע פון זיי. לויטן גמרא, איז דער מיטלסטער פסוק: "וְהוּא רַחוּם יְכַפֵּר עָוֹן וְלֹא יַשְׁחִית וְהִרְבָּה לְהָשִׁיב אַפּוֹ וְלֹא יָעִיר כָּל חֲמָתוֹ" (עח, לח) וואס איז פארוקט פון בלויז 2 פסוקים פון אונזער היינטיגער מיטלסטער פסוק.

מיט דעם אלעם, איז לויט דער דארטיגער סוגיא פארהאן 5896 פסוקים אינעם גאנצן ספר, מער ווי דאפעלט פון אונזער חשבון. אבער די גמרא שרייבט דארטן אז מיר זענען נישט באקאנט וויאזוי איינצוטיילן די פסוקים ווי אמאל, דעריבער איז אונזער ציילונג אנדערשט ווי זייער ציילונג.

איינטיילונג צו סדרים

נאך איינטיילונגען

תהלים ווערט אויך איינגעטיילט אויף די דרייציג טעג אין א חודש און און אויף די זיבן טעג פון דער וואך.

מחבר פון תהלים

אין די קעפלעך פון 100 פון די מזמורים פון תהלים ווערט אראפגעברענגט א נאמען פון א מענטש אדער א גרופע מענטשן, שטענדיג מיט א ל' וואס דינט אלס רילעישאן פאר דעם. די ל' איז געווארן פארטייטשט אין אסאך פארשידענע וועגן:

  • רוב קלאסישע מפרשים זענען דאס מפרש אז דער ל' מיינט אנציצייכענן דעם נאמען פון איר מחבר פונעם מזמור. אזוי ארום איז למשל די קעפל "לדוד" ארויסצוברענגן אז דוד איז דער וואס האט דאס געשריבן און קאמפאזירט דעם מזמור.
  • אדער אז דער מזמור איז געזינגן געווארן פאר אדער אויף דעם מענטש וואס ווערט דערמאנט אינעם קעפל, אדער פאר זיין אנדענק און כבוד האט מען דאס מחבר געווען. אזוי, למשל, האבן אסאך מפרשים מפרש געווען די מזמורים עב און-קכז וואס אין זייערע קעפלעך ערשיינען די ווארט "לשלמה", וואס דאס איז פארפאסט געווארן אלס תפילה פאר שלמה המלך. לויטן אבן עזרא אין זיין הקדמה צו זיין פירוש אויף תהלים נעמט ער אן ביידע מעגליכקייטן סיי אז דער נאמען איז דער פארפאסער און סיי אז עס איז געזינגן און פארפאסט דורך אנדערע פאר דעם כבוד פון דוד.
  • דער מזמור איז געווען דער סדר צו זאגן אדער זינגן ביי דעם מענטש פון אנדערע פארפאסער דעריבער איז דאס נאכדעם אריין אינעם קעפל וויבאלד יענער באקאנטער פלעגט אסאך זאגן דעם מזמור. אזוי זאגן פיל מפרשים פשט אין די קעפלעך פון "לאסף" אדער "לבני קורח", וואס די דאזיגע לוויים פלעגן זינגן די מזמורים כסדר אין זייער עבודת ה' אין בית המקדש אלס טייל פון שירת הלוויים.

דוד

לויט ווי עס ווערט פארציילט אין די מקרא, האט דוד זיך אויסגעקענט מיטן פידל אין זייער לשון "יודע נגן", און עס ווערט אויך פארציילט אז ער איז געברענגט געווארן פארן קעניג שאול כדי צו זינגן מיט זיין פידל בעפאר אים כדי צו דערווייטערן די מרה שחורה וואס האט באפאלן שאול'ן.

אין מסכת פסחים, האבן חז"ל באשטימט: "אז אלע געזאנגן און לויבן וואס ווערט דערמאנט אין ספר תהלים האט דוד זיי געזאגט"

טראץ דעם, ווערט געברענגט אין ברייתא, מסכת בבא בתרא: "דוד האט געלאזט שרייבן דעם ספר תהלים דורך 10 זקנים: דורך אדם הראשון, דורך מלכיצדק, און דורך אברהם, און דורך משה, און דורך הימן, און דורך ידותון, און דורך אסף, און דורך די 3 קינדער פון קרח"

אויף די ערשיינונג פון די פרקים פון תהלים וואס רעדן ארום אויף טעמעס אסאך שפעטער ווי דוד המלך שרייבט רבי אברהם בן עזרא אין זיין אריינפיר צו ספר תהלים: "עס איז דא א גרויסע מחלוקת צווישן די מפרשים, טייל זאגן אז דוד האט דאס געשריבן און ער איז געווען א נביא, ... און טייל זאגן אז דער תהלים האט נישט קיין נבואה, און דערפאר האבן איר די קדמונים געשריבן צוזאמן מיט איוב און די מגילות... און זיי זאגן אז 'על נהרות בבל' - האט פארפאסט איינער פון די משוררים אין בבל... און אויך אז אסף ... איז נישט דער אסף פון דוד'ס צייטן."

אין סך הכל זענען 73 מזמורים אנגעצייכענט ביי זייער אנפאנג די ווארט לדוד, 12 מזמורים פאר אסף, 11 פאר די קינדער פון קרח, 2 מזמורים פאר שלמה, איין מזמור פאר איתן האזרחי (וואס לויט די מסורת איז דאס אברהם) איין מזמור פאר משה, און 3 מזמורים ווערט דערמאנט ידותון. פופציג מזמורים טראגן בכלל נישט קיין שום דערמאנונג פון א נאמען פון א פארפאסער.

קעפלעך פון די מזמורים

דער ציאונג פונעם קעפל צום קערפער פון מזמור

סארטן מזמורים

סארטן אינטראמענטן

אין פיל פון די מזמורי תהלים ווערט אראפגעמאלטן אינעם קעפל די סארט אינסטראמענט וואס האט באגלייט דעם ניגון:

  • למנצח (55 מאל).
נאכן אויסשפראך "למנצח" קומט דער אראפמאלונג פון די מוזיק וואס האט דאס מיטגעשפילט:
    1. למנצח בנגינות (5 מאל)
    2. למנצח אל הנחילות (איין מאל - פרק ה)
    3. למנצח בנגינות על השמינית (איין מאל - פרק ו)
    4. למנצח על השמינית (איין מאל - פרק יב)

נעמען פון די מחברים

שם המחבר מופיע בראש בראש 100 ממזמורי תהלים, כשהאות ל' באה לפני שמם:


אנצייכענונג פון צייט צו זאגן דעם מזמור

אין טייל מזמורים טרעפן מיר די פאסיגע צייט ווען מען זאל דאס זאגן:

  • מזמור שיר ליום השבת (מזמור צב). על פי המשנה (תמיד ז, יד) מזמור זה היה נאמר ביום השבת בבית המקדש.
  • מזמור לתודה (מזמור ק). היו שפירשו את המזמור כמיועד להיאמר באת הקרבת קרבן תודה.
  • מזמור שיר חנוכת הבית (מזמור ל). היו שפירשו את המזמור כמיועד להיאמר בחנוכת בית המקדש.
  • להזכיר (מזמורים לח, ע) כפי שצוין, היו שפירשו שמזמורים אלו נועדו להיות תפילה שבאה יחד עם קרבן מנחה שאליו קשור הפועל זכירה, כגון "אזכרתה לה'" (ויקרא ו, ח).
  • למנצח על איילת השחר (מזמור כב). היו שביארו את שמזמור זה נאמר בזמן הזריחה (היא איילת השחר).

אנווייזונגען וויאזוי דאס צו זאגן

אויסער די וועגן פונעם ניגון וואס ליגט אין קעפל, געפינט זיך אויך די אנווייזונגען וויאזוי דאס צו זינגען. וויכטיג פאר דעם איז דאס ווארט "סֶלָה", וואס באשיינט 71 מאל אינעם ספר. מילה נוספת המשמשת להדרכת הנגינה היא "היגיון", המופיעה במזמור ט, ז. תיבות אחרות שהוצע לקוראן כסימני נעימה הן: "ניצב" (לט, ו), "מיני" (מה, ט), "משכיל" (מז, ח), "אֵלֶם" (מז, ח), "רַבָּה" (סב, ג), "יָרוּמוּ" (קמ, ט)

זאגן תהלים אין אידישע טראדיציע

ספר תהלים איז דאס מערסטע באנוצטער און באקאנטסטער ספר פון אלע טיילן פון כתובים. וויבאלד מען טרעפט דערין מזמורים וואס שטימען זיך אריין כמעט אין יעדן מצב.

זעט אויך

וועב־לינקן

רעפערענצן

  1. (מסכת סופרים פרק ט"ז, הלכה י"א; הובא בתוספות על תלמוד בבלי, מסכת פסחים דף קי"ז, עמוד א), זייט מעיין אין נודע ביהודה מהדורה תנינא - קונטרס אחרון סימן קיב ד"ה און זעהט וואס ער פרעגט דארטן.
ספרים אין תנ"ך

תורה: בראשית | שמות | ויקרא | במדבר | דברים

נביאים: יהושע | שופטים | שמואל (א' וב') | מלכים (א' וב') | ישעיה | ירמיה | יחזקאל | תרי עשר: הושע | יואל | עמוס | עובדיה | יונה | מיכה | נחום | חבקוק | צפניה | חגי | זכריה | מלאכי

כתובים: תהלים | משלי | איוב | שיר השירים | רות | איכה | קהלת | אסתר | דניאל | עזרא - נחמיה | דברי הימים (א' וב')

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!