אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי אהרן טיטיעווער"
(קרדיט + קטגוריות) |
ק (תנא קמא האט באוועגט בלאט אהרן טיטיעווער צו רבי אהרן טיטיעווער) |
רעוויזיע פון 04:54, 26 דעצעמבער 2022
רבי אהרן פון שטאט טיטיעוו, אדער ווי מ'האט אים גערופן ר' אָהרעלע טיטיעווער.
ער איז געווען דער עלטסטער אייניקל פונעם בעל שם טוב, א זון פונעם בן יחיד פונעם בעל שם טוב - רבי צבי הערש
ער האט געוואוינט אין דער שטאט אלט-קאנסטאנטין, און שפעטער אין טיטיעוו וואו ער איז געווען דער גוטער יוד. (ער האט נישט געפירט קיין רעביסטעווע, אבער איז געווען באקאנט אלס בעל מופת).
ער האט געלעבט מיט גרויס דחקות. זיין זון רבי הערשעלע סקווערער איז געווען דער רבי שפעטער אין דער שטאט סקווירא.
ר' אהרן ליגט אין פאוועליטש וואס איז א דארף אין זשיטאמירער גובערניע (היינט אין אוקראינע).
ער איז נפטר געווארן אין פאוועליטש ט"ו טבת, אבער גענוי וועלכע יאר ווייסט מען נישט.
משפחה
ר' אהרעלע'ס קינדער זענען געווען:
- סימא חישא, ווייב פון זיין שוועסטער־קינד רבי ברוך מעזשביזשער
- רבי הערשעלע סקווערער
- הרב אהרן פון סאלאכאוו
- מרת שרה שיינא, די ווייב פון הרב ישעיה משולם זושא טווערסקי פון טשערנאביל
- מרת יוכבד, די ווייב פון הרב נחום יוסף טווערסקי פון קאריסטשאוו.
- מרת נחמה אדל, די ווייב פון הרב שלמה שמואל טווערסקי.
- הרב שלמה בנציון טווערסקי (ה'תר"ל - ח' תשרי ה'ת"ש), פון טשערנאביל.
- מרת חנה סימא, די ווייב פון רבי מרדכי זאב ראבינאוויטש, און בזיווג שני די ווייב פון רבי איציקל סקווערער
- רבי דוד'ל סקווערער
- הרב אברהם פון סקווירא
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!