אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי אהרן האלבערשטאם"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (החלפת טקסט – "געוועזן" ב־"געווען")
ק (אוועקגענומען קאַטעגאָריע:אומבאקוקט דורך HotCat)
צייכן: באקוקט
שורה 47: שורה 47:
[[קאַטעגאָריע:צאנז]]
[[קאַטעגאָריע:צאנז]]
[[קאַטעגאָריע:גאליציאנער רבנים|האלבערשטאם, אהרן]]
[[קאַטעגאָריע:גאליציאנער רבנים|האלבערשטאם, אהרן]]
[[קאַטעגאָריע:אומבאקוקט]]
[[קאַטעגאָריע:אויף יידיש]]  
[[קאַטעגאָריע:אויף יידיש]]  
{{קרד/ויקי/יידיש}}
{{קרד/ויקי/יידיש}}

רעוויזיע פון 21:45, 25 דעצעמבער 2022

רבי אהרן האלבערשטאם זצ"ל אבד"ק צאנז (ה'תקפ"ור"ח מנחם אב ה'תרס"ג), באקאנט אלץ דער קרייזער רב, דער פערטער זון פון דברי חיים.

אפשטאם

רבי אהרן איז געבוירן אין יאר ה'תקפ"ו אין דער שטאט רודניק, גאליציע, צו זיין פאטער הרב חיים האלבערשטאם, דער צאנזער רב דער דברי חיים. און צו זיין מוטער מרת רחל פייגא א טאכטער פון הרב ברוך תאומים-פרענקל, דער ברוך טעם.

זיינע רבי'ס

רבי אהרן האט זיך געהאלטן פאר א תלמיד מובהק פון הרב צבי הירש פון רימאנאוו, אויך איז ער געפארן צו הרב דוד טווערסקי פון טאלנא, צום שר שלום פון בעלזא, צו הרב אברהם טווערסקי דער טריסקער מגיד און צו דער רבי ר' מאיר פון פרימשלאן

רבנות

אין יאר ה'תרי"ז איז רבי אהרן אויפגענומען געווארן דורך די קהילה פון די שטאט סאנז מיט די הסכמה פון זיין פאטער דער צאנזער רב, אלץ רב פון צאנז. דער צאנזער רב דער דברי חיים האט דעמאלטס געפרעגט די ראשי קהלה מיט א ווערטל אויב מיין זון וועט זיין רב וועל איך ווערען דער אלטער רב? וויי לאנג איך בין דא געווען רב איז נישט געווען קיין שום קינדער נפלים

נאך דער פטירה פון זיין פאטער דעם צאנזער רב, האט זיך געשאפן א דיסקוסיע איבער דעם צאנזער רבנות. היות דער שינאווער רב איז נישט געקומען די לעצטע יארען פון טאטען דער צאנזער רב קיין צאנז האט ער נישט געוויסט אז דער דברי חיים האט אנגעזאגט אז זיין זון רבי אהרן דער קרייזער רב זאל זיין זיין ממלא מקומו און אפילו געשיקט חסידים זאלן פארן צו אים, אבער זיין ברודער דער שינאוואער רב האט געהאלטן, אלס עלטסטער זון, געהערט דאס רבנות צו אים. נאך א פאר חדשים פון איבערמידליכע כוחות און בקשות פון דער גארליצע רב און זיין שוועסטער הרבנית נחמ'לע און נאך, האט דער שינאווער רב זיך איבער געשמוסט מיט ידידו רבי שלמה מונקאטשער וואס האט אים גע'עצה'עט צריק צו פארען קיין סטראפקוב ווי ער איז דעמאלטס געווען רב. אין א געלעגנהייט שפעטער איז דער שינאוואער רב געווען אין צאנז, איז ער געווען באזוכן דעם ברודער דער צאנזער רב רבי אהרן, שמועסנדיג אין קבלה, האט דער שינאוואער רב געגעבען א קלאפ אין טיש, אז ער איז מוחל אויף דעם צאנזער רבנות.

הסתלקות

רבי אהרן איז נפטר געווארן שבת קודש ר"ח מנחם אב ה'תרס"ג, אין ליגט אין צאנז אין פאטער'ס אהל.

אין חודש תמוז איז רבי אהרן געפארן קיין וויען זיך היילן, ליידער האבן די דאקטוירים אים נישט מער געקאנט העלפן, ער איז צוריק געקומען קיין צאנז. ערב שבת אדער א טאג פריער[1] נאכדעם וואס ער האט געלערנט אין זוהר הקדוש איבער פטירת אהרן הכהן, האט ער געבעטן אז מען זאל אים נעמען אין דער מקוה, דאן איז ער געגאנגען צו זיין שוועסטער מרת נחמה די ווייב פון הרב יצחק טוביה רובין - זי האט געוואוינט אין זייער פאטער'ס הויז - ער האט געקושט די ווענט און געזאגט פאר דער שוועסטער שיק מיט מיר א גרוס פאר'ן טאטן. שבת ביינאכט נאך קידוש איז ער נפטר געווארן, זי"ע.

פאמיליע

רבי אהרן האט געהייראט מרת חנה עלקא א טאכטער פון הרב יעקב וויינבערגער פון דוקלא. זייערע קינדער:

זעט אויך

צאנז (הויף)

רעפערענצן

  • י"ג אורות - סיפורים דערציילט דורך רבי יענקלי לייזער דער פשעווארסקער רבי - ארויס געגעבן דורך זיין אייניקל הרב יוסף נפתלי וואגשאהל, ה'תשנ"ד
  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
  1. י"ג אורות

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!