אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי שלמה לייב וויינבערגער"
(קרדיט + קטגוריות) |
ק (נייטראלער האט באוועגט בלאט שלמה לייב וויינבערגער צו רבי שלמה לייב וויינבערגער: כמקובל) |
רעוויזיע פון 06:58, 23 דעצעמבער 2022
ר' שלמה לייב וויינבערגער פאיע רב. און חבר הבית דין צדק דקהל יטב לב (זאליס)
ר' שלמה לייב איז א זון פון ר' משה דוב וויינבערגער פאיע רב.
ער דינט אלס דומ"ץ אין די ביהמ"ד תהלת יואל (קינגס טערעס), סאטמארער שול אויף ראטלעדש סטריט. ביים גרינדונג פון נייעם בית דין דורך סאטמארער רבי ר' זלמן לייב טייטלבוים איז ער געווארן א דיין אין די בית דין, און ער ווערט באטראכט אלץ פון די שטערקסטע בעלי השפעה אין סאטמאר ביי די זאליס.
ער איז א תלמיד פונעם קאשויער רב, רבי רפאל בלום, און ווערט נישט באטראכט אלס עקסטרעמער קנאי נאר איידער אלס דורכגעטראכטער מענטש, וואס איז מער פארשטענדליך ווי אנדערע סאטמארער דיינים. ווי אויך איז ער א עניו און שמועסט מיט יעדן פריינטליך, און לערענט א גאנצען טאג אין זיין כולל צוזאמען מיט אלעמען.
צוליב וואס ער האט זיך נישט צוגעשטעלט צי די מערכה קעגן בני יואל, און אויך נישט לטובת די פאבליק סקול אין קרית יואל, ווערט ער פארעכענט דורך די ארונים פון די הויפט קעגנער פונעם ברך משה, ער האט אבער קיינמאל נישט ענפנטליך געהאלטן דרשות אדער ארויס קעגן דער הנהגה.
ער איז זייער שארף ארויס קעגן דעם עירוב אין וויליאמסבורג, און ער האט געפסקנט אז יעדער מיז אליינס מאכן א עירובי חצירות מיט א ברכה ביי זיך אין שטוב, איינמאל ביי א פראטעסט שבת האט ער געהויבן א האנט אויף א קלויזענבורגער איד וואס האט געטראגן אין שבת אין פארנט פון אים זיך צו רייצן.
ער איז פון די גרעסטע מומחים אין אלע אישות און נידה ענינים און האט שוין ארויסגעהאלפן פילע אינגעלייט פון אלע מיני פראבלעמען.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!