אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי נחמיה גינזבורג"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (אוועקגענומען קאַטעגאָריע:אומבאקוקט דורך HotCat)
צייכן: באקוקט
ק (איסתרק האט באוועגט בלאט נחמיה גינזבורג צו רבי נחמיה גינזבורג)

רעוויזיע פון 14:37, 22 דעצעמבער 2022

 

דברי נחמיה.jpg

הרב נחמיה הלוי בירך גינזבורג פון דובראָוונע, בעלארוס (ט"ו בשבט ה'תקמ"ח - ט"ו בשבט ה'תרי"ב; 24סטן יאנואר 17885 פעברואר 1852) איז געווען א רב און א פוסק.

לעבנס־געשיכטע

נחמיה דובראָוונער איז געבוירן געוואָרן אין דער שטאָט סמאָליאַן אין רוסלאַנד. זיין פאטער, רבי אברהם בירך, איז געווען א חסיד פון רבי שניאור זלמן פון ליאדי, און אזוי האט ער געהאדעוועט זיין זון נחמיה.

ער האט חתונה געהאט צום ערשטן מאל מיט דער טאכטער פון ר' זלמן וועלקעס וואס האט געוואוינט אין שטעטל דובראוונע. ער האָט זיך אַריבערגעצויגן אין דובראָוונע. זי איז נפטר געווארן יונגערהייט, און דאן האט ער חתונה געהאט מיט אן אייניקל פון רבי שניאור זלמן מלידי, א טאכטער פון זיין זון רבי חיים אברהם שניאורי.

ר' נחמיה האָט במשך זיין לעבן נישט געוואָלט האָבן פּרנסה פון רבנות, און פאַר זיין פרנסה האָט ער געפירט אַ טליתים־פאַבריק, וואָס ער האָט גע'ירש'נט פון זיין שווער ר' זלמן. זיינע פארדינסטן זענען געווען גרויס און מ'האט אים געהאלטן פאר א גביר.

אין זיינע שפעטערע יארן איז די געשעפט אונטערגעגאנגען און ער איז געווארן פארארעמט. זיין מחותן, הרב ברוך מרדכי עטינגער, באָברויסקער רב, האָט רעקאָמענדירט זיין קהילה אים אויפנעמען אלס רב ווען איז אריבער קיין ארץ ישראל, אבער ר' נחמיה האט אפגעזאגט.

ער איז נפטר געווארן ט"ו תרי"ב, זיין געבוירן טאג. וועגן זיין פטירה ווערט דערציילט[1]: "זיין טויט איז געווען זייער וואונדערבאַר. ער האָט געלערנט און געשריבן תשובות א גאנצע נאכט, און דאן אינדערפרי האט ער געהערט ברכו און קדושה אין זיין שטוב פון א מנין אין א צווייטן שטוב. נאכן דאווענען איז ער פלוצלונג נפטר געווארן זיע"א, וועגן זיין פטירה איז דא א וואונדערליכע מעשה.

זײן פאמיליע

ער האט חתונה געהאט בזיווג שני מיט אן אייניקל פון רבי שניאור זלמן פון ליאדי .

זיינע מחותנים זענען געווען הרב דוד לוריא פון ביכאוו און הרב ברוך מרדכי עטינגער .

זיין זון הרב דובער יהודה לייב האט מחבר דאס ספר "אמונת חכמים" (ווילנע, תקנ"ב).

ווייטער לייענען

  • בית רבי חלק א' קאפיטל כ'.
  • תלמוד בבלי, עוז והדר, סוף מסכת ברכות.

וועבלינקען

רעפערענצן

  1. בית רבי, חלק א, עמוד 138.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!