אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:תפארת ישראל שול"
ק (←top: טשעקטי און אנדערע רייניגונג, typos fixed: וווּ ← וואוּ, יידן ← אידן) |
ק (אוועקגענומען קאַטעגאָריע:אומבאקוקט דורך HotCat) |
||
שורה 10: | שורה 10: | ||
[[קאַטעגאָריע:ירושלים]] | [[קאַטעגאָריע:ירושלים]] | ||
[[קאַטעגאָריע:שולן]] | [[קאַטעגאָריע:שולן]] | ||
[[קאַטעגאָריע:אויף יידיש]] | [[קאַטעגאָריע:אויף יידיש]] | ||
{{קרד/ויקי/יידיש}} | {{קרד/ויקי/יידיש}} |
רעוויזיע פון 07:56, 11 דעצעמבער 2022
די תפארת ישראל שול אדער די ניסן ב"ק שול איז א שול אין דעם יידישן פערטל אין דער ירושלים אלטשטאט. די שול האבן אויפגעשטעלט חסידישע קרייזן צווישן דעם אלטן יישוב.
די שול איז געבויט געווארן אין די זעכציגסטע יארן פונעם 19טן יארהונדערט דורך רוזשינער און סאדיגורער חסידים, מ'האט זי א נאמען געגעבן "תפארת ישראל" אויפן נאמען פון דעם הייליגן רוזשינער הרה"צ ישראל פרידמאן וואס האט מנדב געווען דאס געלט צו קויפן דעם באדן וואוּ מ'האט געבויט די שול. מ'פארציילט אז דער רוזשינער האט געשיקט דאס געלט אינגיכנס, ווייל די מענטשן פון דער פראוואסלאוונער רעליגיע האבן געהאלטן ביי קויפן דעם פלאץ צו בויען דארט א צערקווע (פראוואסלאוונער קלויסטער). די מסורה פארציילט אז ווען דער רוסישער צאר ניקוליי דער ערשטער האט געהערט אז די אידן האבן געפעדערט אים דורכ'ן בשליחותו פון רבי ישראל, האט ער אויסגערופן "נאכאמאל האט דער איד ישראל פרידמאן מיך געזיגט" (רבי ישראל איז אנטלאפן פון רוסלאנד וועגן דעם צאר ניקוליי). די רוסן זענען געצווונגען צו קויפן א באדן אינדרויסן פון די מויערן פון דער אלטשטאט, דער פלאץ הייסט נאכאלץ דער רוסישער געהעפט.
וויקימעדיע פונדאציע פּראיעקטן |
---|
בילדער און מידיע אויף וויקימעדיע קאמאנס: תפארת ישראל שול |
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!