35,369
רעדאגירונגען
ק (טשעקטי און אנדערע רייניגונג, typos fixed: ײַ ← יי (10), וווּ ← וואוּ (2)) |
|||
| שורה 5: | שורה 5: | ||
== לעבן == | == לעבן == | ||
בירשטיין איז געבוירן אין 1920 אין [[ביאלע|ביאַלע פּאָדלאַסק]], וואָס ער דערמאָנט אָפט אין | בירשטיין איז געבוירן אין 1920 אין [[ביאלע|ביאַלע פּאָדלאַסק]], וואָס ער דערמאָנט אָפט אין זיינע ווערק. ער האָט זיך געלערנט אין חדר און געווען אַ מיטגליד פון "השומר הצעיר". | ||
אין 1937, אין עלטער פון 17 יאָר, האָט ער עמיגרירט קיין [[אויסטראליע|אויסטראַליע]]. בעת דער [[צווייטער וועלט־מלחמה]] האָט ער במשך פון פיר יאָר געדינט אין דער אויסטראַלישער אַרמיי צוזאַמען מיט יאָסל בערגנער (זון פון [[מלך ראוויטש|מלך ראַוויטש]]), וואָס ער האָט שוין פריִער באַגעגנט אין "הײַאַס" (ראשי־תיבות פון Hebrew Immigration Aid Service) אין וואַרשע און מיט וועמען ער איז געפאָרן קיין אויסטראַליע. בעתן חורבן איז אומגעקומען בירשטיינס משפּחה אין פּוילן. אין 1941 האָט ער חתונה געהאַט מיט מאַרגאַרעט ווייַסבערג. דאָס פּאָרפאָלק האָט געהאַט צוויי טעכטער. נאָך דער מלחמה האָט ער זיך באַשעפטיקט מיט אַ חודשדיקער אויסגאַבע, וואָס איז אַרויס אויף העברעיִש, ענגליש און ייִדיש. | אין 1937, אין עלטער פון 17 יאָר, האָט ער עמיגרירט קיין [[אויסטראליע|אויסטראַליע]]. בעת דער [[צווייטער וועלט־מלחמה]] האָט ער במשך פון פיר יאָר געדינט אין דער אויסטראַלישער אַרמיי צוזאַמען מיט יאָסל בערגנער (זון פון [[מלך ראוויטש|מלך ראַוויטש]]), וואָס ער האָט שוין פריִער באַגעגנט אין "הײַאַס" (ראשי־תיבות פון Hebrew Immigration Aid Service) אין וואַרשע און מיט וועמען ער איז געפאָרן קיין אויסטראַליע. בעתן חורבן איז אומגעקומען בירשטיינס משפּחה אין פּוילן. אין 1941 האָט ער חתונה געהאַט מיט מאַרגאַרעט ווייַסבערג. דאָס פּאָרפאָלק האָט געהאַט צוויי טעכטער. נאָך דער מלחמה האָט ער זיך באַשעפטיקט מיט אַ חודשדיקער אויסגאַבע, וואָס איז אַרויס אויף העברעיִש, ענגליש און ייִדיש. | ||
אין 1950 האָט ער עולה געווען צוזאַמען מיט | אין 1950 האָט ער עולה געווען צוזאַמען מיט זיין משפּחה און באַזעצט זיך אינעם קיבוץ גבת, וואוּ ער איז געווען אַ פּאַסטעך איבער 11 יאָר. נאָכדעם האָט ער זיך אַריבערגעצויגן קיין טבעון און נאָך שפּעטער קיין [[נצרת עילית]]. ער האָט געאַרבעט ווי אַ באַנק־אָנגעשטעלטער און איז שפּעטער געוואָרן אַ אינוועסטיציעס־דירעקטאָר (אָט די אַרבעט וועט אינספּירירן זייַן בוך "המוטבים", 2000). ער האָט זיך באַזעצט אין [[ירושלים]] אין 1982. | ||
אין 1949 האָט ער פּובליקירט אַן ערשטע זאַמלונג לידער אין ייִדיש, "אונטער פרעמדע הימלען", וואָס איז אַרויס אין [[מעלבורן]], אויסטראַליע. אָט די זאַמלונג איז אילוסטרירט מיט צייכענונגען פון יאָסל בערגנער. נאָכן פאַרעפנטלעכן לידער, האָט בירשטיין זיך קאָנצענטרירט אויף פּראָזע. | אין 1949 האָט ער פּובליקירט אַן ערשטע זאַמלונג לידער אין ייִדיש, "אונטער פרעמדע הימלען", וואָס איז אַרויס אין [[מעלבורן]], אויסטראַליע. אָט די זאַמלונג איז אילוסטרירט מיט צייכענונגען פון יאָסל בערגנער. נאָכן פאַרעפנטלעכן לידער, האָט בירשטיין זיך קאָנצענטרירט אויף פּראָזע. זיינע ראָמאַנען און דערציילונגען באַשרייבן דעם מענטשנס־מעמד פון אַן איראָנישן קוקווינקל. זיין ערשטער ראָמאַן, "אויף שמאָלע טראָטואַרן", איז אַרויס אויף ייִדיש אין 1958. דער ראָמאַן איז דאָס סאַמע ערשטע בוך אויף ייִדיש וואָס באַשרייבט דאָס לעבן אין אַ קיבוץ. | ||
אויסער דעם האָט ער איבערגעזעצט פִֿון ייִדיש אויף העברעיִש און פאַרקערט. אויך האָט ער געאַרבעט אין דער ישׂראלדיקער נאַציאָנאַלער ביבליאָטעק, | אויסער דעם האָט ער איבערגעזעצט פִֿון ייִדיש אויף העברעיִש און פאַרקערט. אויך האָט ער געאַרבעט אין דער ישׂראלדיקער נאַציאָנאַלער ביבליאָטעק, וואוּ ער האָט אָנגעפירט די סעקציע פון ייִדישע כתב־ידן, בפרט דעם עזבון פונעם ייִדישן שרייבער מלך ראוויטש. אָט דאָס איז די טעמע פון בירשטיינס ראָמאַן "אַ פּנים אין די וואָלקנס" (2000). זייַן לעצטער ראָמאַן "אל תקרא לי איוב" ( "רוף מיך נישט איוב") איז אַרויס אין 1995. דאָס בוך דערציילט וועגן די איבערלעבונגען פון מענטשן וואָס האָבן געוואַנדערט צווישן פּוילן, אויסטראַליע און ישׂראל, די דריי סטאַנציעס פון בירשטיינס לעבן. | ||
יאָסל בירשטיין איז געשטאָרבן אין ירושלים דעם 28סטן דעצעמבער 2003 און איז באַגראָבן אויפן בית־עולם נס הרים אין ירושלים. | יאָסל בירשטיין איז געשטאָרבן אין ירושלים דעם 28סטן דעצעמבער 2003 און איז באַגראָבן אויפן בית־עולם נס הרים אין ירושלים. | ||
נאָך | נאָך זיין טויט איז דערשינען דאָס בוך "סיפורים מאזור השלווה" ("דערציילונגען פון דער שלווה־געגנט), לויט אַ כתב־יד וואָס מע האָט געפונען אין זײַן עזבון. | ||
יאָסל בירשטיינס ביכער, וואָס האָבן געהאַט אַ גרויסן דערפאָלג אין [[ישׂראל]] און אין אויסלאַנד זענען איבערגעזעצט אין אַ סך שפּראַכן. ער האָט באַקומען עטלעכע ליטעראַרישע פּרײַזן, למשל דעם איציק מאַנגער פּרײַז פאַר זײַן שאַפונג אויף ייִדיש און דעם "פרס ראש הממשלה" פאַר | יאָסל בירשטיינס ביכער, וואָס האָבן געהאַט אַ גרויסן דערפאָלג אין [[ישׂראל]] און אין אויסלאַנד זענען איבערגעזעצט אין אַ סך שפּראַכן. ער האָט באַקומען עטלעכע ליטעראַרישע פּרײַזן, למשל דעם איציק מאַנגער פּרײַז פאַר זײַן שאַפונג אויף ייִדיש און דעם "פרס ראש הממשלה" פאַר זיינע ווערק אויף העברעיִש. | ||
== ווערק == | == ווערק == | ||
| שורה 51: | שורה 51: | ||
[[קאַטעגאָריע:יידישע דיכטער]] | [[קאַטעגאָריע:יידישע דיכטער]] | ||
[[קאַטעגאָריע:פוילישע יידן]] | [[קאַטעגאָריע:פוילישע יידן]] | ||
[[ | [[קאַטעגאָריע:אומבאקוקט]] | ||
[[ | [[קאַטעגאָריע:אויף יידיש]] | ||
{{קרד/ויקי/יידיש}} | {{קרד/ויקי/יידיש}} | ||