אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:זיבן מצוות בני נח"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
(אומאיידל)
ק (החלפת טקסט – " זיינען" ב־" זענען")
שורה 1: שורה 1:
די '''זיבן מצוות [[בני נח]]''' זענען די מצוות וואס [[גאט]] האט געגעבן נאך פאר [[מתן תורה]] צו אלע [[פאלק|פעלקער]] און [[גוי]]ם פון דער גארער וועלט אריינגערעכנט די [[ייד]]ן. מען לערנט דאס ארויס פון די [[ברכה|ברכות]] וואס [[גאט]] האט געווונטשן [[נח]] נאכן [[מבול וואסער|מבול]] ווען נח איז ארויס פון דער [[תיבת נח|תיבה]]. דעמאלט איז נאך נישט געווען א [[ייד|יידיש]] [[פאלק]] און דערפאר לערנט מען ארויס פון די ברכה, מצוות פאר אלע גוישע פעלקער.
די '''זיבן מצוות [[בני נח]]''' זענען די מצוות וואס [[גאט]] האט געגעבן נאך פאר [[מתן תורה]] צו אלע [[פאלק|פעלקער]] און [[גוי]]ם פון דער גארער וועלט אריינגערעכנט די [[ייד]]ן. מען לערנט דאס ארויס פון די [[ברכה|ברכות]] וואס [[גאט]] האט געווונטשן [[נח]] נאכן [[מבול וואסער|מבול]] ווען נח איז ארויס פון דער [[תיבת נח|תיבה]]. דעמאלט איז נאך נישט געווען א [[ייד|יידיש]] [[פאלק]] און דערפאר לערנט מען ארויס פון די ברכה, מצוות פאר אלע גוישע פעלקער.


די זעקס מצוות וואס שטייען אין דער תורה זיינען:
די זעקס מצוות וואס שטייען אין דער תורה זענען:
# זיך פרוכפערן און מערן.  
# זיך פרוכפערן און מערן.  
# זיך צעשפרייטן און אנפילן די ערד.  
# זיך צעשפרייטן און אנפילן די ערד.  

רעוויזיע פון 19:02, 7 דעצעמבער 2022

די זיבן מצוות בני נח זענען די מצוות וואס גאט האט געגעבן נאך פאר מתן תורה צו אלע פעלקער און גוים פון דער גארער וועלט אריינגערעכנט די יידן. מען לערנט דאס ארויס פון די ברכות וואס גאט האט געווונטשן נח נאכן מבול ווען נח איז ארויס פון דער תיבה. דעמאלט איז נאך נישט געווען א יידיש פאלק און דערפאר לערנט מען ארויס פון די ברכה, מצוות פאר אלע גוישע פעלקער.

די זעקס מצוות וואס שטייען אין דער תורה זענען:

  1. זיך פרוכפערן און מערן.
  2. זיך צעשפרייטן און אנפילן די ערד.
  3. קאנטראל אויף די חיות.
  4. מעגן עסן פלייש.
  5. נישט עסן פלייש צוזאמען מיט די בלוט.
  6. נישט מארדען.
וַיְבָרֶךְ אֱלֹהִים, אֶת-נֹחַ וְאֶת-בָּנָיו; וַיֹּאמֶר לָהֶם 1) פְּרוּ וּרְבוּ, 2) וּמִלְאוּ אֶת-הָאָרֶץ. 3) וּמוֹרַאֲכֶם וְחִתְּכֶם, יִהְיֶה, עַל כָּל-חַיַּת הָאָרֶץ, וְעַל כָּל-עוֹף הַשָּׁמָיִם; בְּכֹל אֲשֶׁר תִּרְמֹשׂ הָאֲדָמָה וּבְכָל-דְּגֵי הַיָּם, בְּיֶדְכֶם נִתָּנוּ. 4) כָּל-רֶמֶשׂ אֲשֶׁר הוּא-חַי, לָכֶם יִהְיֶה לְאָכְלָה: כְּיֶרֶק עֵשֶׂב, נָתַתִּי לָכֶם אֶת-כֹּל. 5) אַךְ-בָּשָׂר, בְּנַפְשׁוֹ דָמוֹ לֹא תֹאכֵלוּ. 6) וְאַךְ אֶת-דִּמְכֶם לְנַפְשֹׁתֵיכֶם אֶדְרֹשׁ, מִיַּד כָּל-חַיָּה אֶדְרְשֶׁנּוּ; וּמִיַּד הָאָדָם, מִיַּד אִישׁ אָחִיו--אֶדְרֹשׁ, אֶת-נֶפֶשׁ הָאָדָם. שֹׁפֵךְ דַּם הָאָדָם, בָּאָדָם דָּמוֹ יִשָּׁפֵךְ: כִּי בְּצֶלֶם אֱלֹהִים, עָשָׂה אֶת-הָאָדָם. וְאַתֶּם, פְּרוּ וּרְבוּ; שִׁרְצוּ בָאָרֶץ, וּרְבוּ-בָהּ. בראשית ט'


די חז"ל האבן פאראנדערשט אביסל די מצוות, ווי פאלגנד:

  1. נישט שעלטן גאט'ס נאמען.
  2. נישט מארדן א מענטשן.
  3. נישט רויבן א מענטשן אדער די פארמעגנס פון א מענטשן.
  4. נישט פארהייראטן און האבן באציאונגען מיט פארבאטענע פאמיליע מיטגלידער, משכב זכר אדער משכב בהמה.
  5. נישט דינען פרעמדע געטער.
  6. איינארדענען געזעצן און ריכטער וואס זאלן פארזיכערן דאס איינהאלטן די מצוות.
  7. נישט צו עסן א גליד פון א באשעפעניש ווילאנג עס האט נאך דאס מינדעסטע לעבעדיגקייט אפי' עס איז גע'שחטן.

תנו רבנן שבע מצות נצטוו בני נח: 1) דינין 2) וברכת השם 3) עבודה זרה 4) גילוי עריות 5) ושפיכות דמים 6) וגזל 7) ואבר מן החי מסכת סנהדרין נו א


לויטן מדרש, זעקס פון די מצוות זענען שוין באפוילן געווארן פאר אדם הראשון אין די זיבעטע איז צו געקומען פאר נח.

פאר אדם הראשון איז פארבאטן געווען צו עסן פלייש אין אלגעמיין, ביז גאט האט עס ערלויבט פאר נח און בלויז פארבאטן צו עסן אבר מן החי.

די מצוה פון זיך מערן און פרוכטבארן איז נישט פאררעכנט אלס איינע פון די זיבן מצוות ווייל עס איז נישט געבליבן פאר אייביג, ווי נאר די אידן האבן מקבל געווען די תורה אויפן בארג סיני איז עס אריבער צו בלויז די אידן.

זיי מוזן נישט זיך אוועק געבן דאס לעבן אויף די מצוות, וויבאלד זיי זענען נישט פארפליכטער אין די מצוה פון קידוש השם.

מען דארף זיי צווינגן

לויטן רמב"ם מוז יעדער איד צווינגן די גוים דאס איינהאלטן, אבער לויטן רמב"ן איז דאס געוואנדען אויף א בית דין און נישט אויף סתם יחידים. [מקור פארלאנגט].

אין גמרא (ע"ז ב:) שטייט אויפן פסוק עמד וימודד ארץ ראה ויתר גוים זאגט רב יוסף פשט מאי ראה ראה ז' מצות שקבלו עליהן בני נח ולא קיימום כיון שלא קיימום עמד והתירן להן, אז השי"ת האט געזעהן די גוים זענען נישט געווארנט מיט זייער מצוות האט ער זיי געזאגט איהר זענט טאקע נישט מחויב דאס צו מקיים זיין, אבער איהר וועט באשטראפט ווערן פאר אייערע שלעכטע מעשים.

חב"ד טוט אסאך פעולות צו פארשפרייטן דער געדאנק ביי די גוים. רבי משה שטערנבוך שרייבט אבער אין זיין ספר אז היינטיגע צייטן איז נישט דא קיין שום חיוב עוסק צו זיין אין קירוב גוים, און עס איז אפי' דא אן איסור דערביי.


זיי זענען הארבער פון אידן

  • אבורטאציע. - אויב דער עיבור שטעלט אין סכנה די מאמע, מעג נאר א איד מאכן פארלירן אבער נישט דער גוי.
  • גניבה. - ווייניגער ווי א שווה פרוטה איז דער איד פטור פון שטראף און דער גוי ווערט געהארגעט.

מקורות

וַיְבָרֶךְ אֱלֹהִים, אֶת-נֹחַ וְאֶת-בָּנָיו; וַיֹּאמֶר לָהֶם פְּרוּ וּרְבוּ, וּמִלְאוּ אֶת-הָאָרֶץ. וּמוֹרַאֲכֶם וְחִתְּכֶם, יִהְיֶה, עַל כָּל-חַיַּת הָאָרֶץ, וְעַל כָּל-עוֹף הַשָּׁמָיִם; בְּכֹל אֲשֶׁר תִּרְמֹשׂ הָאֲדָמָה וּבְכָל-דְּגֵי הַיָּם, בְּיֶדְכֶם נִתָּנוּ. כָּל-רֶמֶשׂ אֲשֶׁר הוּא-חַי, לָכֶם יִהְיֶה לְאָכְלָה: כְּיֶרֶק עֵשֶׂב, נָתַתִּי לָכֶם אֶת-כֹּל. אַךְ-בָּשָׂר, בְּנַפְשׁוֹ דָמוֹ לֹא תֹאכֵלוּ. וְאַךְ אֶת-דִּמְכֶם לְנַפְשֹׁתֵיכֶם אֶדְרֹשׁ, מִיַּד כָּל-חַיָּה אֶדְרְשֶׁנּוּ; וּמִיַּד הָאָדָם, מִיַּד אִישׁ אָחִיו--אֶדְרֹשׁ, אֶת-נֶפֶשׁ הָאָדָם. שֹׁפֵךְ דַּם הָאָדָם, בָּאָדָם דָּמוֹ יִשָּׁפֵךְ: כִּי בְּצֶלֶם אֱלֹהִים, עָשָׂה אֶת-הָאָדָם. וְאַתֶּם, פְּרוּ וּרְבוּ; שִׁרְצוּ בָאָרֶץ, וּרְבוּ-בָהּ. בראשית ט'


תרי"ג מצוות (לויט ספר החינוך)

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!