אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי משה פיינשטיין"
(קרדיט + קטגוריות) |
ק (יואל וויס האט באוועגט בלאט משה פיינשטיין צו רבי משה פיינשטיין) |
רעוויזיע פון 11:54, 5 דעצעמבער 2022
רבי משה פיינשטיין (ז' אדר תרנ"ה - י"ג אדר ב' תשמ"ו), איז געווען אַן אמעריקאנער ארטאדאקסישער רב, געלערנטער און פוסק, וואָס איז ביי פילע באטראכט געווארן ווי דער פאקטישער העכסטער הלכה'ישער אויטאָריטעט פאר פרומע אידן אין צפון אַמעריקע. אין הײנטיגע רבנישע ליטעראַטורן ווערן אָפט רעפערירט זײַנע פּסקים. פיינשטיין האט געדינט אלס פרעזידענט פון דעם פארבאנד פון ארטאדאקסישע רבנים, פארזיצער פון דער מועצת גדולי התורה פון דער אגודת ישראל פון אַמעריקע, און ראש ישיבה פון מתיבתא תפארת ירושלים אין ניו יאָרק. ער האט פארפאסט די ספרים אגרות משה און דברות משה.
ביאגראפיע
געבוירן אין אוזדא לעם מינסק, רוסלענדישע אימפעריע (היינט ווייסרוסלאנד) אינעם געבורטס-טאג פון משה רבינו, און דערפאר האט מען אים א נאמען געגעבן משה - נאך משה רבינו. ער איז געווען אן אייניקל פונעם ווילנער גאון, דעם של"ה, הרב יום-טוב ליפמאן העלער און הרב יחיאל היילפרין.
אין דער יוגנט איז ער געווען רב אין שטאט ליובאן, און שפעטער האט ער זיך באזעצט אין נוא יארק, און געווארן ראש ישיבה פון תפארת ירושלים. ער איז באוואוסט מיט פארשידענע פסקים וואס האבן אויפגעשאקעלט די וועלט, אזוי ווי זיין פסק וועגן נידריגע מחיצות אין בית המדרש, און וועגן מילך, און קינסטלעכע באפרוכפערונג.
ר' משה האט געזאגט אז ער האט איבער געחזר'ט שולחן ערוך 400 מאל.
מ'דערציילט אויף אים פארשידענע מופתים, די תלמידים שרייבן אז מ'האט "קיינמאל" נישט געזען קיין פליג ביי זיין טיש. ער איז געווען בעל הבית אויף זיין שלאפן, ער איז איינגעשלאפן די רגע וואס ער האט זיך געלייגט און אויף געשטאנען די רגע וואס ער האט געוואלט אויף שטיין.
ער ווערט פאררעכנט אלץ פוסק הדור, ער האט פארפאסט די ספרים שו"ת אגרות משה, און ספר דברות משה.
ער האט איבערגעלאזט נאך זיך צוויי זין און א טאכטער:
- רבי ראובן פיינשטיין פון סטעטן איילענד.
- רבי דוד פיינשטיין פון דער איסט סייד.
- זיין איידעם דר. משה דוד טענדלער, און זיינע קינדער זענען:
- ר' מרדכי טענדלער פון מאנסי
- ר' אהרן טענדלער פון לאס אנזשעלעס
רבי משה איז נפטר געווארן אין ניו יארק י"ג אדר שני תשמ"ו. מען האט אים געפירט אין ארץ ישראל און ער ליגט אין הר המנוחות נאנט צו זיין רבי'ן רבי איסר זלמן מעלצער און רבי אהרן קאטלער, לעבן דעם בעלזער רבי.
חשובע תלמידים
- הרב ניסן אלפערט (תרפ"ז–תשמ"ו), רב פון אגודת ישראל פון לאנג איילאנד ניו יארק
- הרב אברהם בלומענקראַנץ (תש"ד – תשס"ז), מחבר פון "די הלכות פון פסח"
- הרב שמעון איידער (תרצ"ח – תשס"ז), פוסק און מחבר
- זיין זון הרב דוד פיינשטיין (תרפ"ט – תש"פ), ראש ישיבה פון מתיבתא תפארת ירושלים
- זיין זון הרב ראובן פיינשטיין (געב' תרצ"ז), ראש ישיבה פון מתיבתא תפארת ירושלים אין סטעטן איילאנד
- הרב אפרים גרינבלאט (תרצ"ב – תשע"ד), פוסק אין מעמפיס, טענעסי
- זיין איידעם הרב משה דוד טענדלער (תרפ"ו – תשפ"א), ראש ישיבה אין ישיבת רבינו יצחק אלחנן און רב אין מאנסי
- הרב נטע גרינבלאט (תרפ"ה – תשפ"ב) אב בית דין פונעם ועד הקהילות פון מעמפיס, טענעסי
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!