אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי מנשה טייטלבוים"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
(קרדיט + קטגוריות)
ק (עברי אנכי האט באוועגט בלאט מנשה טייטלבוים צו רבי מנשה טייטלבוים)

רעוויזיע פון 17:52, 4 דעצעמבער 2022

רבי מנשה טייטלבוים זצ"ל ( - כ"ט אייר ה'תרס"ה), פון בריגעל.

אפשטאם

רבי מנשה איז געבוירן צו זיין פאטער הרב נחום צבי טייטלבוים פון דראהאביטש, א זון פון הרב אלעזר ניסן טייטלבוים, רב אין דראהאביטש, א זון פון הרב משה טייטלבוים דער ישמח משה. און צו זיין מוטער מרת מלכה א טאכטער פון הרב מרדכי דוד אונגאר רב אין דאמבראווא.

הסתלקות

רבי מנשה איז נפטר געווארן כ"ט אייר ה'תרס"ה.

פאמיליע

רבי מנשה האט געהייראט מרת חנה א טאכטער פון הרב טוביה ליפשיץ רב אין בריגעל. זייערע קינדער:

  • הרב טוביה טייטלבוים, רב אין בריגעל.
  • מרת רעכיל בריינדל הי"ד, די ווייב (בזיווג ראשון) פון ר' אברהם שטראם דער זון פון ר' אשר שטראם פון טארנא, גאליציע. זיי האבען געהאט צווי קינדער:
    • ר' משה (געב' בערך תר"ן)[1] ר' משה האט חתונה געהאט מיט א טאכטער פון ר' אברהם מרדכי הלוי ראזענפעלד פון קאמינקא אבד"ק מאשיצסק. זיי האבן געהאט איין טאכטער און איין זון:
      • רבקה פריידא הי"ד (עלצטע קינד) שנשתדכה בשנת תרצ"ה להבחור הרב חנניה יום טוב ליפא בנו של הרב יחזקאל האלבערשטאם אבד"ק ציעשינאוו אכן נתפרדה החבילה טרם הנישואין משום מה
      • הרב יחזקאל טוביה הי"ד[2]
    • מרת דבורה
    • מרת פריידא אדער יהודית[3]
בזיווג שני האט מרת רעכיל בריינדל הי"ד חתונה געהאט מיטן באבאווער רב, רבי שלמה האלבערשטאם.
  • מרת רבקה, די ווייב פון הרב חיים דאכנער, פון ארץ ישראל.
  • הרב חיים טייטלבוים.

רעפערענצן

  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
  1. ר' משה הנ"ל איז געבוירן געווארן אין יאר תר"ן בערך און האט לכאורה געהאט א נאמען נאך זיין זיידן דער ישמח משה פון איהעל, מגיל שלש עשרה בשנת תרס"ג נתגדל ונתחנך על ברכי הגה"ק ר' שלמה הלברשטאם הראשון מבאבוב זצ"ל שנשא בזו"ש את אמו מרת רעכיל בריינדיל.
  2. הוא נקרא יחזקאל על שם זקינו הגה"ק ר' יחזקאל שרגא משינעווע אבי ר' משה משינעווע חותנו של זקינו הגה"ק ר' אברהם מרדכי הלוי רוזענפעלד מקאמינקא אבד"ק מאשיצסק, וטוביה על שם זקינו הגה"ק ר' טוביה מבריגיל חותנו של ר' מנשה טייטלבוים חותן זקינו הגה"צ ר' אברהם שטראם
  3. לפי יש אומרים

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!