אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי בן ציון אבא שאול"
(קרדיט + קטגוריות) |
ק (נייטראלער האט באוועגט בלאט בן ציון אבא שאול צו רבי בן ציון אבא שאול: כמקובל) |
רעוויזיע פון 04:58, 2 דעצעמבער 2022
הרב אבא שאול (צווייטער פון לינקס) מיט הרב עזרא עטייה מיט הרב משה פרוש (רעכטס) | |
מדינה | מדינת ישראל |
---|---|
זיינע רביס | הרב שלמה עבו מערבי מייסד פון אוצרות התורה ללימוד התלמוד, הרב יהודה צדקה, הרב עזרא עטייה, הרב דוד הלוי יונגרייז |
הרב בן-ציון אבא-שאול (כ"ט תמוז ה'תרפ"ד, 31סטן יולי 1931 - י"ט תמוז ה'תשנ"ח, 13טן יולי 1998) איז געווען ראש ישיבה פון פורת יוסף אין ירושלים און א ספרדישער פוסק. ער איז באטראכט געווארן ווי דער ספרדישער "חזון־איש". ער איז געווען ווייט פון פובליסיטי, פון עפענטליכע אויפטריטן און זעלטן ווען געמאכט "העדליינס". ער האט געהאט בלויז איין און איינציקן אינטערעס, דינען דעם אויבערשטן. און דאס בעיקר דורך מרביץ תורה זיין און שטארקן די שמירת־המצוות צווישן די עדה'ס פון די ספרדישע אידן.
ביאגראפיע
הרב בן־ציון אבא שאול איז געווען א יליד ירושלים, געבוירן געווארן צו זיין פאטער הרב אליהו אבא שאול, א ירושלימ'ער מקובל און צו זיין מוטער מרת בניה. ער איז געווען א תלמיד אין ישיבה "פורת יוסף" און געווארן א תלמיד מצוין ביים גרויסן גאון און מקובל הרב עזרא עטייה, דער באקאנטער געוועזענער ראש־הישיבה. ער איז אויך געווען א תלמיד פון די ספרדישע גאונים רבי צדקה חוצין און רבי יעקב חי ציון עדס. זיין גרויסן שם האט ער זיך דערווארבן א דאנק זיין געוואלטיקע התמדה זייט זיין פריערסטער יוגנט. ער האט אויך דערצו געהאט גוטע כשרונות, אץ א וואונדערליכן זכרון. ער איז אויך מפורסם געווען מיט זיינע צדקות'דיקע מידות
ער איז געווארן א חתן ביים באקאנטן גרויסן ספרדישן מקובל רבי יוסף חיים שרעבני, דער ראש־ישיבת המקובלים "אמת ושלום".
רבי אבא שאול איז געווען דער ראש־ישיבה פון דעם גרויסן מרכז-התורה פון ספרדישע אידן "פורת יוסף" אין ירושלים.
זיינע חשובים תלמידים
- הרב אליהו בן חיים - ראב"ד מקודש בבית דין הספרדי בקווינס - ניו יארק, ראש ישיבת רבי יצחק אלחנן.
- הרב אהרן זכאי - תלמיד חכם וסופר סת"ם, ירושלים.
- הרב אברהם שאלתיאל - דומ"צ בד"צ עדה החרדית הספרדית.
- הרב יצחק זכאי - ראש ישיבת נחלת אפרים, ירושלים.
- הרב אברהם עטייה ב"ר ישועה עטייה השקדן - ירושלים, ראב"ד אשדוד.
- הרב משה נקי - ר"מ ישיבת כף החיים ירושלים.
- הרב יעקב חיים סופר - ראש ישיבת כף החיים, ומראשי ישיבת חזון יעקב - בורכוב, ירושלים.
- הרב טל דואר - א מחבר ספרים א מנהגים, ירושלים.
- הרב יעקב יוסף - רב שכונת "גבעת משה" מראשי ישיבת חזון יעקב - בורכוב, ירושלים.
- הרב יהודה כהן - ראש ישיבת יקירי ירושלים, ירושלים.
- הרב ראובן אלבז - ראש ישיבת אור החיים, ירושלים.
- הרב בנימין בצרי - ראש ישיבת בית יוסף, רב שכונת קריית האבות ו' החדשה, באר שבע.
- הרב בן ציון מוצפי - ראש ישיבת "בני ציון", ירושלים.
- הרב יעקב תופיק אביעזרי - רב ביתר עילית, ביתר.
- הרב אליהו אבא שאול - א בן יחיד, ראש ישיבת אור לציון ירושלים.
- הרב יצחק ברכה - ראש ישיבת עטרת יצחק, ירושלים.
- הרב שמעון גבאי - ראש ישיבת "תפארת למשה", נתניה.
- הרב שאול גבאי - ראש ישיבת "אמרי דעת", ירושלים, ומחבר ספרי "שערי דעת".
- הרב אליהו טופיק - ראש ישיבת באר יהודה.
- הרב יעקב זכריה - ראש ישיבת לב אליהו.
- הרב יוסף שרגא - רב בית כנסת לעדת היזדים, ירושלים.
- הרב ברוך שרגא - ירושלים, רב גבעת שפירא.
משפחה
ער האט געהייראט מרת הדסה מסעודה (טאכטער פון הרב יוסף חיים שרבני). זיי האבן געהאט א בן יחיד, רבי אליהו אבא שאול, ראש ישיבת אור לציון ירושלים און איידעם פון רבי יהודה מועלם מראשי ישיבת פורת יוסף.
זעט אויך
וועבלינקען
- מרדכי הכהן, דאס אידישע ווארט, תשרי תשנ"ט
רעפערענצן
פריערדיגער: רבי עזרא עטייה |
ראש ישיבה פון פורת יוסף מיט רבי יהודה צדקה |
נאָכפאלגער: רבי משה צדקה רבי שלום כהן |
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!