אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי פינחס מנחם אלעזר יוסטמאן"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
(קרדיט + קטגוריות)
ק (החלפת טקסט – "תהילים" ב־"תהלים")
שורה 44: שורה 44:
* די זיבן צוואות
* די זיבן צוואות
* חיבור אויף ש"ס, פארלוירן געגאנגען ביים קריג
* חיבור אויף ש"ס, פארלוירן געגאנגען ביים קריג
* פירוש אויף תהילים, פארלוירן געגאנגען ביים קריג
* פירוש אויף תהלים, פארלוירן געגאנגען ביים קריג


== וועב-לינקען ==
== וועב-לינקען ==

רעוויזיע פון 01:57, 2 דעצעמבער 2022

פילצער רבי
רבי פינחס מנחם אלעזר יוסטמאן
[[File:{{{2}}}|220px]]
געבורט גער, פוילן
פטירה טשענסטכאוו, פוילן
ספרים שפתי צדיק

רבי פינחס מנחם (אלעזר) יוסטמאַן ( תר"ט - י' כסלו תרפ"א) האט געגרינדעט זיין הויף אין פּילץ. ער איז געווען פון די חשובע אדמו"רים אין פוילן און איז געווען באקאנט דורך זיינע תורות פון זענען געשריבן אין דעם ספר "שפתי צדיק". זיין מוטער איז געווען א טאכטער פונעם חידושי הרי"ם, רבי יצחק מאיר אלטער פון גער. נאָך דער פטירה פונעם שפת אמת פון גער, האט ער אנגעהויבן פירן אַ חסידישן הויף אין פּילץ.

ביאגראפיע

ער איז געבוירן צו זיין פאטער רבי בנימין אליעזר יוסטמאן וועלכע איז געווען אן איידעם ביים חידושי הרי"ם פון גער, און צו זיין מוטער, מרת צינא פעסא אלטער, א טאָכטער פונעם חידושי הרי"ם פון גער. ער איז געווארן א יתום פון זיין מוטער אין אַ יונגן עלטער, און זיין זיידע דער חידושי הרי"ם האט אים אריין גענומען. ער איז געפארן מיט זיין זיידן אויף "נסיעות" צום קאצקער רבי'ן.

ער האט חתונה געהאט צו זיינס א שוועסטער קינד, רביצין הענדיל לאה, די טאכטער פון זיין פעטער רבי אברהם מרדכי אלטער - וועלכער איז נפטר געווארן פאר דער חתונה.

האט ער געגעסן קעסט און געוואוינט ביי זיין גרויסן זיידן ביז זיין פטירה אין תרכ"ו. דערנאך איז ער געווארן פון די חסידים פון רבי העניך פון אלעקסאנדער, און ווען זיין שוואגער דער שפת אמת האט אנגעהויבן פירן האט ער זיך מדבק געווען אין אים.

אין גער האט ער זיך געשפייזט פון א ספרים געשעפט און ארויסגעבן ספרים.

אלס רבי

ווען זיין שוואגער דער "שפת אמת" איז נסתלק געווארן אין יאהר תרס"ה, האט א גרויסער עולם אנגעהויבן צו פארן צו אים קיין פילץ וואו ער איז געווארן איינער פון די באוואוסטע רבי'ס אין פוילן.

שפעטער האט ער זיך געצויגן קיין וויערישאוו און דערנאך קיין טשענסטכאוו וואו ער איז נפטר געווארן ביי שלש סעודות אין עלטער פון צוויי-און-זיבעציג יאר. די לויה איז אויפגעהאלטן געווארן ביז מאנטאג צוליב א קריגעריי צווישן די קהילות פון פילץ און טשענסטכאוו וואו מ'זאל אים באערדיגן.

זיין פלומעניק דער אמרי אמת האט אים זייער מחשיב געווען, און גערופן זיין יונגסטן זון, דער פני מנחם, נאך אים.

קינדער

ער האט געהאט זעקס טעכטער און דריי זין:

ספרים

  • שפתי צדיק, פינעף חלקים על התורה
  • די זיבן צוואות
  • חיבור אויף ש"ס, פארלוירן געגאנגען ביים קריג
  • פירוש אויף תהלים, פארלוירן געגאנגען ביים קריג

וועב-לינקען

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!