אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:תלמוד בבלי"
ק (החלפת טקסט – "פֿ" ב־"פ") |
(קרדיט + קטגוריות) |
||
שורה 20: | שורה 20: | ||
[[קאַטעגאָריע:גמרא]] | [[קאַטעגאָריע:גמרא]] | ||
[[קאטעגאריע:אומבאקוקט]] | |||
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]] | |||
{{קרד/ויקי/יידיש}} |
רעוויזיע פון 22:51, 27 נאוועמבער 2022
מוסטער:יידישקייט דער תלמוד בבלי, אדער גְמָרא, איז א זאמלונג פון ערקלערונגען אויף דער משנה פון די אמוראים, די רבנים און תלמידי חכמים וואס האבן געלעבט אין דער תקופה נאך דער חתימת המשנה. עס איז דא צוויי תלמודים, דער תלמוד בבלי און דער תלמוד ירושלמי. לויט דער טראדיציע האבן רבינא און רב אשי רעדאקטירט דעם תלמוד בבלי. זיי האבן געלעבט אין דעם פינפטן יאָרהונדערט אין פערסיע. דער תלמוד ירושלמי איז צוזאמענגעשטלט געווארן דורך רבי יוחנן און זיינע קאלעגען, וואס האבן געלעבט אים פערט'ן יאָרהונדערט אין ארץ ישראל.
צייטליך פאנגט די פעריאדע פון דעם תלמוד אָן מיט דעם שרייבן פון דער משנה, אומגעפער אין יאר 200 למנינם. פון דאן אָן הייסן די גרעסטע רעליגיעזע לערער נישט מער תנאים נאר אמוראים.
חאטשע די תלמודים זענען געווארן רעדאקטירט דורך רבינא און רב אשי איינערזייטס, און רבי יוחנן מיט זיינע קאלעגען אנדערזייטס, האט דער תלמוד דאן נאך נישט געהאט די היינטיגע פארעם. בעזאנדערס דער באבילאָנישער תלמוד איז געווארן ווייטער פארארבעטעט דורך די רבנן סבוראי, די אנאָנימע אנפירער פון דעם זעקסטן יאָהרהונדערט.
(אַרױסגערעדט: געמאָראַ) דאָס װאָרט „גמרא“ שטאַמט פון אַראַמיִש, דער טײַטש איז „לערנען“, און דערמיט װערט אױך באַצײכנט דער פירוש און צוגאַב צו דער משנה װאָס איז באַקאַנט אַלס „גמרא“. װעגן דעם צוזאַמענשטעל פון גמרא, צײַט פון דער רעדאַקציע און איר אינהאַלט געבן מיר בײַם זוכװאָרט "תּלמוד".
איבעיא
עס איז די אפטייטש פון א "שאלה" אין אראמיש. מיר געפונען זייער אסאך אין גמרא "איבעיא להו" וואס דער רבי אין חדר פלעגט טייטשן "האבן די בני ישיבות א בעיא געפרעגט.
ווען בן יהודה האט ערפינדען דער שפראך עברית האט ער אויף דעם יסוד איבערגעטייטשט דאס ווארט פראבלעם אויף "בעיה". ווייל א שאלה מיט א פראבלעם זענען אינעם זעלבן גאנג.
די מפרשים זאגן אז ווען עס שטייט אין גמרא "תיקו" נאך אן איבעיא איז דאס די ראשי תיבות פון תשבי יתרץ קושיות ואבעיות. תשבי איז נאך א נאמען פאר אליהו הנביא וואס על פי חז"ל גייט זיך אנטפלעקן פאר משיח קומט, און פארענטפערן אלע שווערע ספיקות.
וועבלינקען
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!