אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי שרגא פייוויש האגער"
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע) |
(קרדיט + קטגוריות) |
||
שורה 25: | שורה 25: | ||
[[קאַטעגאָריע:אדמורי"ם]] | [[קאַטעגאָריע:אדמורי"ם]] | ||
[[קאטעגאריע:קאסאוו]] | [[קאטעגאריע:קאסאוו]] | ||
[[קאטעגאריע:אומבאקוקט]] | |||
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]] | |||
{{קרד/ויקי/יידיש}} |
רעוויזיע פון 22:50, 27 נאוועמבער 2022
רבי שרגא פייוויש האגער באקאנט אלס קאסאווער רבי פון בארא פארק.
רבי שרגא פייוויש איז דער עלטסטער זון פון רבי אברהם יהושע העשיל האגער פון קאסאוו, זון פון רבי שרגא פייוויש האגער (תר"ל-תרצ"ז) פון זעליטשיק, וואס איז געווען א זון פון רבי ברוך האגער פון וויזשניץ און אן איידעם ביי רבי משה האגער, דעם "לקט עני" פון קאסאוו.
ער איז אן איידעם פון רבי חיים וואזנער, רב פון זכרון מאיר ב"ב און זון פון דעם חסידישן פוסק הדור רבי שמואל וואזנער.
ער איז זייער אנגענומען ביי די אלגעמיינע חסידישע עולם אין בארא פארק, סיי די פרומערע און סיי די מאדערנערע, פון איין זייט איז ער גאר א גרויסער תלמיד חכם און עובד ה', אין פון די אנדערע זייט זייער פריינטליך און צוגעלאזן.
געדינט האט ער אלס דיין אין וויזשניצער קהילה אין בארא פארק זיך ערווארבן א נאמען אלס גאר א אחריות'דיגער פוסק וואס ארבעט מיט אינגעלייט און ווייזט זיי די וועג אין עבודת ה'.
זיין רעביסטעווע איז אנדערש ווי אלע אדמורי"ם ווייל ער רעדט שמועסט און שפילט זיך מיט יעדעמס קינד פונקט ווי א נארמאלער בעל הבית. אבער פון דער אנדערער זייט פירט ער זיך ווי אן אדמו"ר ווי למשל ער פירט טישן און נעמט אויף טעגליך אידן לעצה ולברכה. ער איז באקאנט אלטס א שטארקע בעל שיטה, א גאון עולם בנגלה ובנסתר, א מקובל, זיצט שעות ע"ג שעות פארטיפט אין לערנען.
אזוי ארום האט ער זיך אהער געשטעלט אין היינטיגען דור אלס איינער פון די גרעסטע מאכטן.
ער האט מתיר געווען דעם עירוב אין בארא פארק צוליב קבלה, און איז געווען א הויפט כוח דאס אויפצושטעלן ביז זיין רבי דער וויזשניצער רבי פון מאנסי האט אים באפוילן צו שווייגן דערוועגן .
ער האט געגעבן דעם שטופ פאראויס פאר זשעי נעט אז זיי מעגן יא לאזן דעם עולם באזוכן גוגל כאטשיג רוב רבנים האבן מורא געהאט פון אזא אפענער צוטריט, אבער ער איז געווארן אנגענומען צוליב דעם וואס די רבנים האלטן אז ער פארשטייט די מערסטע צום המון עם.
אזוי ארום טוט ער א געוואלד אין עסקנות צו נאכקומען די מאדערענע פארלאנגען פון דור וואס רוקט זיך פאראויס.
עס איז שוין ארויס געקומען כמה ספרים פון זיינע דרשות וכדומה וואס איז געווארן פאפעלער צווישן אידן הצמאים לדבר השם, צווישן זיי שבת מלכא קדישא ב"כ על שבת קודש, און צוויי בענדער אויף תפילה.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!