אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:פרעמיער מיניסטער פון מדינת ישראל"
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע) |
(קרדיט + קטגוריות) |
||
שורה 5: | שורה 5: | ||
{{פרעמיער מיניסטארן פון ישראל}} | {{פרעמיער מיניסטארן פון ישראל}} | ||
[[קאַטעגאָריע:פרעמיער מיניסטארן פון ישראל|*]] | [[קאַטעגאָריע:פרעמיער מיניסטארן פון ישראל|*]] | ||
[[קאטעגאריע:אומבאקוקט]] | |||
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]] | |||
{{קרד/ויקי/יידיש}} |
רעוויזיע פון 22:10, 27 נאוועמבער 2022
דער פרעמיער מיניסטער פון ישראל (העברעאיש: ראש הממשלה, טייטש: רעגירונג הויפט; אַראַביש: رئيس الحكومة) איז דער הויפט פון דער ישראלדיקער רעגירונג, און דער שטערקסטער פאליטישער פיגור אין ישראל. דער פרעמיער מיניסטער איז דער הויפט פונעם עקסעקיוטיוו אין לאנד. דער פרעמיער מיניסטאר האט אן אפיציעל הויז "בית ראש הממשלה" אין רחביה, ירושלים. דער היינטיגער פרעמיער מיניסטער איז בנימין נתניהו פון דער ליכוד פארטיי; שוין דאס צווייטע מאל וואס ער דינט אין דעם אמט.
דער פרעמיער מיניסטער ווערט אויסגעקליבן דורכן פרעזידענט פון ישראל, נאכדעם וואס ער האט זיך מייעץ געווען מיט די פארשידענע פארטייען אינעם פארלאמענט. דער פרעמיער מיניסטער מוז פארשטעלן זיין רעגירונג אין פארלאמענט פאר זייער הסכמה.
מוסטער:פרעמיער מיניסטארן פון ישראל
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!