אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "המכלול:דיסקוסיע זאַל"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
(רעאקציע)
אין תקציר עריכה
שורה 21: שורה 21:
:::א געמיינזאמע ענציקלאפעדיע פארטרעט די מיינונג פון די וואס נעמען א טייל דערין. די וואס רעדן אידיש אנערקענען נישט אין אלגעמיין אין רבנים פון געוויסע קרייזן (ווי מאדערן ארטאדאקסיע אדער מזרחי) אויף די שטאפל ווי זיי וואלטן באטיטעלט זייערע רביים און רבנים - כאטש ס'זענען דא שארפע מיינונג'ס פארשידנהייטן איבער די שטאפל פון התנגדות צו זיי. דא איז אנדערש ווי המכלול העברי, וואס סערווירט אויך די ציבור דתיים לאומיים.
:::א געמיינזאמע ענציקלאפעדיע פארטרעט די מיינונג פון די וואס נעמען א טייל דערין. די וואס רעדן אידיש אנערקענען נישט אין אלגעמיין אין רבנים פון געוויסע קרייזן (ווי מאדערן ארטאדאקסיע אדער מזרחי) אויף די שטאפל ווי זיי וואלטן באטיטעלט זייערע רביים און רבנים - כאטש ס'זענען דא שארפע מיינונג'ס פארשידנהייטן איבער די שטאפל פון התנגדות צו זיי. דא איז אנדערש ווי המכלול העברי, וואס סערווירט אויך די ציבור דתיים לאומיים.
:::אויב {{א|מקוה|איר}}, אדער א צווייטער האלט אנדערש קען מען דאס אויסשמועסן. דאס איז מיין בליק. (משל לדבר: די נושאים ארום פאלעסטינע/מדינת ישראל, ווערט אראפגעלייגט אנדערש אויף די ענגלישע וויקי ווי אויף דעם העברעאישן, ווייל די קהל וואס שרייבט די ערכים איז אנדערש אויף ביידע.)
:::אויב {{א|מקוה|איר}}, אדער א צווייטער האלט אנדערש קען מען דאס אויסשמועסן. דאס איז מיין בליק. (משל לדבר: די נושאים ארום פאלעסטינע/מדינת ישראל, ווערט אראפגעלייגט אנדערש אויף די ענגלישע וויקי ווי אויף דעם העברעאישן, ווייל די קהל וואס שרייבט די ערכים איז אנדערש אויף ביידע.)
:::איך האב דאס נישט געשריבן צו אנצינדן די קינדישע מחלוקה וואס גייט דא פארגיין בהמשך איבער די ענין פון קנאות והמסתעף (דיה לצרה בשעתה...). עס איז געשריבן בלויז מיט א בליק פון אן אלגעמיינע אידיש-רעדנדע בליק, אן אריינעמען עניני השקפה. אויב איז אין די אלגעמיינע בליק אויך דא מיינונג'ס פארשידנהייטן טרעט איך אפ... [[באַניצער:עברי אנכי|עברי אנכי]] ([[באַניצער רעדן:עברי אנכי|שמועס]]) 22:42, 27 נאָוועמבער 2022 (IST)
:::איך האב דאס נישט געשריבן צו אנצינדן די קינדישע מחלוקה וואס גייט דא פארגיין בהמשך איבער די ענין פון קנאות והמסתעף (דיה לצרה בשעתה...). עס איז געשריבן בלויז מיט א פערספעקטיוו פון אן אלגעמיינע, גשמיות'דיגע אידיש-רעדנדע בליק, אן אריינעמען עניני השקפה. אויב איז אין די אלגעמיינע בליק אויך דא מיינונג'ס פארשידנהייטן טרעט איך אפ... [[באַניצער:עברי אנכי|עברי אנכי]] ([[באַניצער רעדן:עברי אנכי|שמועס]]) 22:42, 27 נאָוועמבער 2022 (IST)

רעוויזיע פון 20:44, 27 נאוועמבער 2022

אראפ צום אונטן פון בלאט אראפ צום אונטן פון בלאט

Skip to top
Skip to bottom

טיטלען פאר רבנים - לעבעדיגע און נפטרים

לאמיר דא אויפברענגען די שאלה, בנוגע צו די די נעמען פון די ארטיקלען איבער רבנים וגדולי ישראל, החיים אתנו און די וועלכע נישט.

קודם די פאקטן: אין וויקיפעדיע רופט מען די אלע ארטיקלען בלויז אויפ'ן נאמען פון מענטש, אן קיין טיטלען. אזוי איז אין אלע אלגעמיינע ענציקלאפעדיעס, בשייכות צו אלע שטעלעס און פראפעסיעס. אין העברעאישן המכלול, אבער, האט מען ריכטיג באשלאסן נישט ארויסצושרייבן די נעמען אן די מינימאלע כבוד הראוי - דארט שטעלט מען "רבי" ביי נפטרים און "הרב" ביי לעבעדיגע. מיר וועלן אוודאי אויך באטיטלען שוין אין קעפל, אבער די פראגע איז: וויאזוי?

  1. אזוי ווי ביים שוועסטער-פראיעקט: רבי פאר נפטרים, הרב פאר לעבעדיגע. דער עיקר פראבלעם דערמיט איז אז מיר נוצן געווענליך נישט "הרב" פאר לעבעדיגע; עס שפירט זיך נישט היימיש.
  2. מען וועט אלעמאל שרייבן "רבי", אבער כדי אנצוהאלטן דעם סימן בין חיים לחיים, וועט מען ביי נפטרים צולייגן "ז"ל" נאכ'ן נאמען. דאס איז שטארק נישט ענציקלאפעדיש, און עפנט דעם טיר פאר ענדלאזע דיסקוסיעס (פון וועלכע דורות און ווייטער שרייבט מען ז"ל? קומט זיך עס טאקע פאר הרב פלוני, אדער ענדערש שר"י?...)
  3. מען וועט אלעמאל שרייבן "רבי", אבער כדי אנצוהאלטן דעם סימן בין חיים לחיים, וועט מען ביי לעבעדיגע צולייגן א שטערנדל נאכ'ן נאמען. דאס איז אויך נישט צו ענציקלאפעדיש, און קען שאפן פארשידענע מאדנע פראבלעמען מיט וויקי-סינטעקס.
  4. מען וועט אלעמאל שרייבן "רבי", אבער כדי אנצוהאלטן דעם סימן בין חיים לחיים, וועט מען נישט דירעקט לינקן צו ארטיקלען איבער לעבעדיגע, נאר דורך א מוסטער וואס וועט צולייגן א שטערנדל צום נאמען. דאס קען ברענגען אסאך איבריגע קאפוויי (ווען דער רב גייט אריבער לעולם שכולו טוב, וועט מען דארפן געדענקען צו טוישן אלע לינקס דורכ'ן מוסטער צו פשוט'ע לינקס), ווי אויך בלייבט נישט אלעמאל דער סימן (למשל אין קאטעגאריעס, וועט נאר געברענגט ווערן דער לינק זעלבסט).
  5. מען וועט אלעמאל שרייבן "רבי", און שוין. (חוץ ווען מען נוצט יא "רב", ווי רב האי גאון). דאס איז די גראדסטע און פשוט'סטע, לדעתי. עס קען אויסקוקן ווי מיר געבן דא עפעס אויף, מען גייט נישט זען קיין חילוק בין חיים לחיים, אבער קודם כל: צו וואס פעלט אזוי שטארק אויס צו זען דעם חילוק שוין אויפ'ן נאמען? און וואס איז מיט אנדערע חילוקים וואס מ'קען מאכן צווישן ארטיקלען עד אין סוף? מארגן וועט איינער באשליסן צו באצייכענען אלע שטעט וואו אידן האבן אמאל געוואוינט מיט א שטערנדל, אלע חיות וועלכע זענען כשר מיט שטרעכלעך, און אלע פלאנעטן וועלכע זענען קלענער ווי אונזער וועלטל מיט א פראגע צייכן - צי א מענטש לעבט אדער נישט, פונקט ווי דאס אלעס, איז אינפארמאציע וואס געהערט אין אן ארטיקל און נישט ביים נאמען. צווייטנס, דווקא אין וויקי-פארמאט ליגט שוין די אינפארמאציע כמעט אין נאמען: שטעלט אייער מייזל איבער'ן נאמען, און עס קומט ארויף די ערשטע פאר שורות פונעם ארטיקל, וואו עס שטייט געווענליך צי דער רב לעבט אדער נישט - אן דעם וואס איר זאלט דארפן עפענען דעם ארטיקל.

כ'שטעל זיך פאר אז אויך אין העברעאישן מכלול איז מען נישט געקומען בכוונה תחילה מאכן דעם חילוק שוין אין נאמען, נאר היות ביי זיי רופט מען יא אסאך לעבעדיגע רבנים "הרב", האט מען באשטימט דעם טיטל פאר לעבעדיגע כדי צו פארמיידן "רבי/הרב" וכוחים. ביי אונז, וואס מיר האבן נישט די סיבה, פעלט עס נישט אויס. וואס זאגט איר? — צמא לדעתשמועס • ג' כסלו ה'תשפ"ג 04:36, 27 נאָוועמבער 2022 (IST)

איך וואלט געוועלט צו שרייבן "רבי" ביי יעדעם, ווייל דאס איז די וועג פון רעדן אויף אידיש.
די פראלבעם פון הבדלה בין חיים לחיים איז פונקט אזוי ביי - להבדיל - אלגעמיינע פערזענליכקייטן, און אויף וויקיפעדיע צייכענט מען דאס אויך נישט אן. פונקט ווי די משלים וואס צמא לדעת ברענגט, ווערט נישט א כשר'ע חיה באזונדער צוגעצייכענט, און אזוי ווייטער ביי אנדערע נושאים. מען וועט זען צי יענער לעבט אויב עס איז דא א "ביז דאטום..." (1900 - 1975)
אויסער ביי רבנים מחוץ למחנה דוברי האידיש, בפרט מזרחי'סטישע רבנים, וואס דארט זאל מען שרייבן "הרב" אלץ טיטל וויאזוי ער ווערט אנגערופן ביי זיי. (איך בין נוטה דאס צו שרייבן אויך אין קעפל, פשוט - ווייל איינמאל מען שרייבט די טיטל ביי רביים זאל דאס זיין די סדר איבעראל). עברי אנכי (שמועס) 17:59, 27 נאָוועמבער 2022 (IST)
אלץ אגאסט פר אמינוט חשוב צו מאכן זיכער אז איר שטעלט אוף אאנציקלאפעדיע נישט אצייטונג פון סאטמער. מאכט זיכער אס צו נעמען אין חשבון. איך בין מציע יעדעם איינעם לאזן די אייגינע דעות אינדרויסן פון דא. מקוה (שמועס) 22:21, 27 נאָוועמבער 2022 (IST)
א געמיינזאמע ענציקלאפעדיע פארטרעט די מיינונג פון די וואס נעמען א טייל דערין. די וואס רעדן אידיש אנערקענען נישט אין אלגעמיין אין רבנים פון געוויסע קרייזן (ווי מאדערן ארטאדאקסיע אדער מזרחי) אויף די שטאפל ווי זיי וואלטן באטיטעלט זייערע רביים און רבנים - כאטש ס'זענען דא שארפע מיינונג'ס פארשידנהייטן איבער די שטאפל פון התנגדות צו זיי. דא איז אנדערש ווי המכלול העברי, וואס סערווירט אויך די ציבור דתיים לאומיים.
אויב איר, אדער א צווייטער האלט אנדערש קען מען דאס אויסשמועסן. דאס איז מיין בליק. (משל לדבר: די נושאים ארום פאלעסטינע/מדינת ישראל, ווערט אראפגעלייגט אנדערש אויף די ענגלישע וויקי ווי אויף דעם העברעאישן, ווייל די קהל וואס שרייבט די ערכים איז אנדערש אויף ביידע.)
איך האב דאס נישט געשריבן צו אנצינדן די קינדישע מחלוקה וואס גייט דא פארגיין בהמשך איבער די ענין פון קנאות והמסתעף (דיה לצרה בשעתה...). עס איז געשריבן בלויז מיט א פערספעקטיוו פון אן אלגעמיינע, גשמיות'דיגע אידיש-רעדנדע בליק, אן אריינעמען עניני השקפה. אויב איז אין די אלגעמיינע בליק אויך דא מיינונג'ס פארשידנהייטן טרעט איך אפ... עברי אנכי (שמועס) 22:42, 27 נאָוועמבער 2022 (IST)