אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי ירחמיאל אונגער"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
(קרדיט + קטגוריות)
ק (איסתרק האט באוועגט בלאט ירחמיאל אונגאר צו רבי ירחמיאל אונגאר)
(קיין אונטערשייד)

רעוויזיע פון 14:14, 22 דעצעמבער 2022

רבי ירחמיאל אונגאר (ה'תרע"ו - ג' שבט ה'תשנ"ט) איז געווען א מגיד שיעור אין דער חתן סופר ישיבה אין ברוקלין.

אפשטאם

 ירחמיאל איז געבוירן אין דער לויער איסט סייד פון ניו יארק אין תרע"ו צו זיין פאטער, הרב מאיר מרדכי דוד אונגאר, דיין אין מעליץ, און בעל תפילה אום די ימים נוראים פארן מעליצער רבי'ן, וואס האט אימיגרירט אין אמעריקע אין תרס"ט, און זיין מוטער טויבא. הרב מאיר מרדכי דוד איז געווען א זון פון הרב ישראל פון סטאפניץ, א זון פון הרב מנחם מענדל פון סטאפניץ, א זון פון הרב מרדכי דוד פון דאמבראווא און אן איידעם פון רבי ישראל הלוי ראטנבערג פון סטאשעוו. הרב ישראל אונגאר איז געווען אן איידעם ביי הרב משה רוקח פון קארעוו.

ירחמיאל איז געווען א גרויסער מתמיד. אין זיינע יונגע יארן פלעג זיין מאמע אויפוועקן אים דריי פארטאגס צו לערנען מיט זיין פאטער. ער האט געקענט דעם גאנצן "פרי מגדים" בעל פה און נאך ספרים. שוין אלס א יונגער בחור האט ער באקומען היתר הוראה פון עטעלעכע חשובע רבנים.


משפחה

אין יאר תש"ד האט ער חתונה געהאט מיט מרת חנה רחל, א טאכטער פון רבי חיים יעקב סאפרין, דעם קאמארנער רבי'ן, און א בעלזער אייניקל. נאך דער חתונה פלעג ער גיין שבת אויף דער גאס מיט א שטריימל, דער איינציגסטער וואס האט אזוי געפירט אין ניו יארק.

זייער זון, הרב מאיר אונגאר, איז א מגיד שיעור אין ישיבה תורה ודעת.

אין תשל"ט איז זיין ווייב נפטר געווארן און ער האט אליין געהאדעוועט די צען יתומים.

רבנות

ער איז געווארן רב אין דער סאקאלאווער שול אין לויער איסט סייד און א מגיד שיעור אין דער חתן סופר ישיבה. ער איז געווארן נאנט צו הרב שמואל עהרנפעלד, מאטערסדארפער רב, דעם קאפיטשיניצער רבי און רבי הערשעלע ספינקער.

אין תשכ"ב האט זיך זיין שווער געצויגן קיין ארץ ישראל, און רבי ירחמיאל האט דעמאלסט באזעצט אין בארא פארק. דארטן האט ער געדאווענט ביים אמשינאווער רבי'ן וואס האט אים שטארק געשעצט, און ער איז דארט געווען בעל תוקע און בעל תפילה פאר די ימים נוראים.


פטירה

ג' שבט תשנ"ט איז ער נפטר געווארן, און מ'האט אים געפירט צו קבורה אין הר הזיתים לעבן זיין ווייב און זיין שווער.

רעפערענץ

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!