אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי יהודה צבי הירש אייכנשטיין"
ק (באקוקט, אינערליכע פארבינדונגען, הרב>רבי) |
ק (←רעפערענצן: טשעקטי און אנדערע רייניגונג, typos fixed: <references/> ← {{רעפערענצן}}) |
||
שורה 46: | שורה 46: | ||
== רעפערענצן== | == רעפערענצן== | ||
* ''אנציקלופדיה לחכמי גליציה'', מאיר וונדר | * ''אנציקלופדיה לחכמי גליציה'', מאיר וונדר | ||
{{רעפערענצן}} | |||
[[קאַטעגאָריע:זידיטשויווער רבי'ס]] | [[קאַטעגאָריע:זידיטשויווער רבי'ס]] | ||
[[ | [[קאַטעגאָריע:אויף יידיש]] | ||
[[he:רבי יהודה צבי הירש אייכנשטיין]] | [[he:רבי יהודה צבי הירש אייכנשטיין]] | ||
{{קרד/ויקי/יידיש}} | {{קרד/ויקי/יידיש}} |
רעוויזיע פון 23:21, 10 דעצעמבער 2022
רבי יהודה צבי הירש אייכנשטיין (ה'תקנ"א - ז' חשוון ה'תר"ח), פון ראזלא.
אפשטאם
רבי יהודה צבי הירש איז געבוירן אין יאר ה'תקנ"א, צו זיין פאטער, רבי משה אייכנשטיין, פון סאמבור, דער תפלה למשה.
רבנות
רבי יהודה צבי הירש איז געוווען א תלמיד פון זיין פעטער רבי צבי הירש אייכנשטיין דער עטרת צבי, און איז שפעטער געווארן זיין איידעם. רבי יהודה צבי הירש האט זיבעציג מאל איבער געחזרט דעם ערשטען טייל פון יודה דעה הערשט נאך דעם האט ער אנגענומען דאס רבנות אין גלינא, בראדשין, נאכהער אין ראזלא.
נאך דער פטירה פון זיינע פעטערס איז רבי יהודה צבי הירש געווארן דער ממלא מקום אלס רבי פון זידיטשוב.
הסתלקות
רבי יהודה צבי הירש איז נפטר געווארן ז' חשוון ה'תר"ח.
פאמיליע
רבי יהודה צבי הירש האט געהייראט מרת שרה א טאכטער פון זיין פעטער רבי צבי הירש אייכנשטיין, דער עטרת צבי. זייערע קינדער:
- מרת הינדא ( - כ"ג אלול), די ווייב בזיווג ראשון פון רבי יעקב האגער (ה'תקע"ג - ט"ז שבט ה'תרמ"א), פון זאבלאטאוו.
- מרת מרים ( - י"ג טבת ה'תרמ"ב), די ווייב פון רבי יעקב טויבש (ה'תקע"ב (אומגעפער) - ח'מנחם אב ה'תר"ן), רב אין זידיטשוב.
- מרת בריינדיל, בזיווג שלישי די ווייב פון רבי יחזקאל שרגא האלבערשטאם (כ' שבט ה'תקע"ו – ו' טבת ה'תרנ"ט) דער שינאווער רב.
- מרת רבקה, די ווייב פון איר שוועסטער-קינד (איר מוטער'ס שוועסטער'ס זון) רבי שלמה טויב (ה'תק"ף (אומגעפער) - ג' חשוון ה'תר"ם), רב אין ראזלא.
זיינע ספרים
- דעת קדושים
- עמוד התורה
זעט אויך
רעפערענצן
- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!