אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי דוד פאווארסקי"
(קרדיט + קטגוריות) |
ק (החלפת טקסט – "באטייליקט" ב־"באטייליגט") |
||
שורה 13: | שורה 13: | ||
אין [[ה'תש"א|תש"א]] איז ער ארויף אין ארץ ישראל מיט זיין משפחה. א קורצע צייט נאכהער האט מען אים באשטימט ראש ישיבה פון דער ישיבה תומכי תמימים פון [[ליובאוויטש|חב"ד]] אין [[תל אביב-יפו|תל אביב]]. אין אלול [[ה'תש"ד|תש"ד]] האט ער אויפגענומען א פארבעטונג פון הרב כהנעמאן צו ווערן ראש ישיבה אין דער [[פאנאוועזשער ישיבה]] אין בני ברק, צוזאמען מיט הרב שמואל ראזאווסקי. | אין [[ה'תש"א|תש"א]] איז ער ארויף אין ארץ ישראל מיט זיין משפחה. א קורצע צייט נאכהער האט מען אים באשטימט ראש ישיבה פון דער ישיבה תומכי תמימים פון [[ליובאוויטש|חב"ד]] אין [[תל אביב-יפו|תל אביב]]. אין אלול [[ה'תש"ד|תש"ד]] האט ער אויפגענומען א פארבעטונג פון הרב כהנעמאן צו ווערן ראש ישיבה אין דער [[פאנאוועזשער ישיבה]] אין בני ברק, צוזאמען מיט הרב שמואל ראזאווסקי. | ||
ער האט ווייניג באשעפטיגט זיך מיט קהל עניינים און כמעט האט נישט | ער האט ווייניג באשעפטיגט זיך מיט קהל עניינים און כמעט האט נישט באטייליגט אין פאליטישע געשעענישן. | ||
== משפחה == | == משפחה == |
רעוויזיע פון 18:13, 19 דעצעמבער 2022
הרב יהושע דוד פאוואַרסקי (י' שבט תרס"ב, 18טן יאנואר 1902 - ו' אדר א' תשנ"ט, 21סטן פעברואר 1999) איז געווען ראש ישיבה פון דער פאנאוועזשער ישיבה מער ווי פופציק יאר.
ביאגראפיע
הרב דוד איז געבוירן געווארן אין דעם שטעטל ליובאן אין ווייסרוסלאנד צו שלום קוסטענאוויץ. ער האט געלערנט אין דער סלוצקער ישיבה ביי הרב איסר זלמן מעלצער. ווען די ערשטע וועלט-מלחמה האט אויסגעבראכן האט ער זיך געשמוגלט אדורכן גרענען כדי אנצוקומען אין פאלטאווע. פאר דעם צוועק האט ער גענוצט דעם פאס פון איינעם יהושע פאווארסקי, און פון דעמאלסט אן האט ער געענדערט זיין נאמען צו יהושע דוד פאווארסקי, דעם נאמען וואס איז פאראייביקט אין זיין ספר ישועת דוד. א גאר קורצע צייט האט ער געלערנט אין דער סלאבאדקער ישיבה וואס איז דאן געווען אין פאלטאווע. פון דארטן איז ער געגאנגען לערנען אין דער מירער ישיבה, וואס איז אויך דעמאלסט געווען אין פאלטאווע, ביים משגיח הרב ירוחם לייבאוויץ, וואס האט שטארק משפיע געווען אויף אים. אויך האט ער געלערנט אין דער פאנאוועזשער ישיבה אין ליטא, ביי הרב יוסף שלמה כהנעמאן און אין דער קעלמער תלמוד תורה ביים זון פונעם אלטער פון קעלם. דערנאך איז ער צוריק לערנען אין מיר וואו ער האט געלערנט ביז זיין חתונה אין תר"פ.[1]
ער האט געהייראט צפורה, טאכטער פון רב דוד דוב קרייזער, פון די ראשי ישיבות אין קלעצק.[2] הרב אריה לייב מאלין איז געווען זיין שוואגער.[3] נאך זיין חתונה האט ער געלערנט אין כולל פון הרב אלחנן וואסערמאן אין באראנאוויטש, און ער פלעג זאגן אמאל א שיעור אין הרב וואסערמאנ'ס ישיבה. אין יענער תקופה האט ער ארויסגעגעבן דעם ערשטן טייל פון זיין ספר ישועת דוד.
אין תש"א איז ער ארויף אין ארץ ישראל מיט זיין משפחה. א קורצע צייט נאכהער האט מען אים באשטימט ראש ישיבה פון דער ישיבה תומכי תמימים פון חב"ד אין תל אביב. אין אלול תש"ד האט ער אויפגענומען א פארבעטונג פון הרב כהנעמאן צו ווערן ראש ישיבה אין דער פאנאוועזשער ישיבה אין בני ברק, צוזאמען מיט הרב שמואל ראזאווסקי.
ער האט ווייניג באשעפטיגט זיך מיט קהל עניינים און כמעט האט נישט באטייליגט אין פאליטישע געשעענישן.
משפחה
- זיין זון הרב ברוך דב פאווארסקי, פאנאוועזשער ראש ישיבה און א מיטגליד אין דער מועצת גדולי התורה.
- זיין זון הרב שלום, ר"מ אין ישיבת קול תורה
- זיין זון ד"ר חיים, יוריסט (איידעם פון הרב פסח קוקיס, וואס איז געווען רב פון בת ים)
- זיין איידעם הרב ברוך פינעס
זיינע ספרים
- ישועת דוד - פינעף בענדער
- שיעורי ר' דוד - זיינע שיעורים אויף גמרא וואס ער האט געזאגט אין דער ישיבה. פארעפנטלעכט ביי זיין לעבן דורך זיין תלמיד הרב יעקב מרגלית.[4]
- ישמרו דעת - שיעורים אין מוסר ענינים
- מוסר ודעת - פארעפנטלעכט דורך זיין תלמיד הרב יעקב מרגלית
רעפערענצן
- ↑ "זכרונות הרב" מאת ל. יונגרמן; מתוך כתבה על רב מיכל פיינשטיין באתר רווח לנשמה.
- ↑ רוחמה שיין, הכול לאדון הכל.
- ↑ כתבה על פטירתו מאת שלום מנשה גוטליב.
- ↑ בענדער וואס זענען פאראן ביי היברובוקס: בבא בתרא, בבא בתרא - חלק א, בבא בתרא - חלק ב, בבא מציעא - חלק א, בבא מציעא - חלק ב, בבא מציעא - חלק ג, בבא מציעא - חלק ד
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!